11 6 24 | Page 153

נייעס

פון ארום וויליאמסבורג
לך לך
פרישע פלענער בחצר הקודש וויען לפאר ולרומם את בית השם
פון חצר הקודש וויען איז געמאלדן געווארן איבער פרישע פלענער וואס ווערן געמאכט צו פארשענערן דעם גרויסן ביהמ " ד דחסידי וויען אין וויליאמסבורג , לפאר ולרומם את בית השם , און פראכטפול איבערבויען די דרויסענדיגע סטרוקטור פון ביהמ " ד הגדול כראוי וכיאות .
די גרויסע ביהמ " ד דקהל עדת יראים וויען געפונט זיך ביים ווינקל פון ליע עוועניו און ראבלינג סטריט . די דרויסענדיגע טייל פונעם בנין איז נאך געבליבן אזוי ווי אמאל , און צייגט ניטאמאל אז דא געפונט זיך א גרויסע בית המדרש וואו עס דרייען זיך טעגליך דורך טויזענטער אידן צום לערנען און דאווענען . אצינד ווערט אונטערגענומען דעם פרישן פראיעקט לפאר ולרומם את בית השם , ווען די גאנצע דרויסענדיגע געבוי וועט פארשענערט ווערן ווי עס פאסט .
פארגאנגענעם שבת בראשית ממחרת יום טוב שמחת תורה , איז אויפגעטריבן געווארן פאנטאסטישע סכומים צו פינאנצירן דעם מאסיוון פראיעקט , עטליכע נגידים און ראשי הקהילה האבן עולה געווען לתורה און מנדב געווען גרויסע סכומים , וואס איז אויסגעקומען צו קרוב צו א מיליאן דאללער , און תיכף נאך יום טוב זענען די עסקנים אריינגעשפרינגען אינעם פראיעקט לפאר ולרומם את בית השם .
סאטמאר שוהל אויף ווערנאן איז מרחיב גבולי הקדושה
שטייענדיג בלויז צוויי און א האלב יאר זינט די סאטמארע בית המדרש אין ניי וויליאמסבורג ביים ווינקל פון מארסי און ווערנאן איז געעפנט געווארן , איז דעם שבת קודש געמאלדן געווארן די פרייליכע אנטוויקלונג אינערהאלב די הרחבת גבולי הקדושה אין בית המדרש , אז די הנהלת הקהילה איז אריין אין קאנטראקט אפצוקויפן נאך צוויי בנינים צו פארברייטערן די ביהמ " ד אויף א שטארקע פארנעם .
דעם פרייטאג צונאכטס בעפאר קבלת שבת איז געמאלדן געווארן די פרייליכע נייעס אז די הנהלת הקהילה איז אריין אין קאנטראקט אפצוקויפן צוויי געביידעס הארט נעבן די יעצטיגע בית המדרש , וואס וועט ווערן פראכטפול אויפגעבויעט מיט א נייעם גרויסן לופטיגן היכל ביהמ " ד , א פראכטפולע מקוה און שטיבלעך צום דאווענען , און אלע באדערפענישן וואס פעלט זיך אויס פאר א קהילה נאה וחסידה .
מעיאר עדעמס דערקלערט טרוקעניש צושטאנד
ווי באריכטעט האט זיך אנגעהויבן פארשידענע צייכענעס איבער א טרוקעניש צושטאנד אין ניו יארק סיטי , נאך וואס עס האט נישט גערעגנט פאר עטליכע וואכן אין א ציה , און טראץ די לייכטע רעגן מיט עטליכע טעג צוריק האט עס נישט צופיל ארויסגעהאלפן .
דער מעיאר פון ניו יארק סיטי עריק עדעמס האט ארויסגעשטעלט א דעקלעראציע אין וואס ער אפעלירט צו ניו יארקער אפצושפארן וואסער באנוץ צוליב די טרוקעניש צושטאנד , ער זאגט אז די יעצטיגע ווארענונג איז די נידריגסטע פון דריי שטאפלען , און עס איז מעגליך אז עס וועט זיך אויספעלן צו העכערן די אלערט .
עדעמס זאגט אז עס איז ראטזאם פאר ניו יארק סיטי איינוואוינער צו שפארן וואסער , נישט צו נוצן וואסער פאר מינדערוויכטיגע זאכן , און זיכער מאכן אז וואסער רינט נישט פאר גארנישט .
נייע געזעץ אריין אין קראפט צו ערלויבן אריבערצושפרייזן אינמיטן א גאס
א נייע געזעץ איז אריין אין קראפט די יעצטיגע טעג , וואס שטעלט לעגאל ערלויבעניש פאר פוסגייער צו אריבערשפרייזן די גאסן אין ניו יארק סיטי אויך וואו עס איז נישט פארהאן א קראוסוואלק .
November 6 , 2024 SHOPPERS ROUTE 153