די געזעץ ביז היינט האט געלויטעט אז פוסגייער זענען ערלויבט צו אריבערגיין די גאס בלויז ביי א קראוסוואלק , און אויב גייט מען אריבער אינמיטן די גאס קען מען ערהאלטן א שטראף טיקעט . א נייע געזעץ וואס איז אויפגעברענגט געווארן אין די סיטי קאונסיל מיט עטליכע וואכן צוריק , איז געצילט צו לעגאליזירן דאס אריבערגיין אינמיטן די גאס , איז שוין פאקטיש אריין אין קראפט .
אנו רצים והם רצים - ניו יארק סיטי מאראטאן ברעכט רעקארד
די ניו יארק סיטי מאראטאן וואס איז פארגעקומען דעם זונטאג אין די לאקאלע וויליאמסבורגער גאסן , האט געבראכן רעקארד אלס די גרעסטע מאראטאן געלויף אין היסטאריע פון אזעלכע געשעענישן אלוועלטליך .
א מאראטאן געלויף איז שטארק איינגעפירט איבער די גאנצע וועלט , אין פילע לענדער קומען מאסן מענטשן ארויס צו לויפן אויף די גאסן אין די באשטימטע צ י י ט ן , און די ניו יארק סיטי מאראטאן וואס קומט פאר יאר י ע ר ל י ך און לויפט אדורך די פינף באראס פון ניו יארק סיטי , איז באקאנט ביי היימישע אידן צוליב די שרעקליכע טראפיק וואס דאס ברענגט יערליך אויף די לאקאלע וויליאמסבורגע גאסן און ארומיגע בריקן .
די היי יעריגע מאראטאן איז רעקארדירט געווארן מיט אריבער פינף און פופציג טויזענט לויפערס וואס האבן געענדיגט די גאנצע געלויף , און איז א טויזענטער מער ווי די ביז יעצטיגע רעקארד פון פיר און פופציג טויזענט לויפערס , וואס איז רעקארדירט געווארן נישט לאנג
צוריק ביי א מאראטאן אין בערלין דייטשלאנד .
שוד ושבר - איד אין איראן ליידער אומגעברענגט ה " י
שטייענדיג עטליכע חדשים נאך וואס כלל ישראל איז געווארן אויפגעשוידערט פון די שרעקליכע נייעס אז די איראנער רעזשים האט געאורטיילט א אידיש קינד צו ווערן אומגעברענגט ה " י , איז ליידער אנגעקומען די שרעקליכע בשורה אז עס איז אויסגעפירט געווארן די מארד אורטייל , און דער צוואנציג יעריגער נתנאל בן ציונה איז אומגעברענגט געווארן ה " י .
דער איד איז מיט א צייט צוריק געווען פארמישט אין א פאטאלע געפעכט נאך א עקסידענט , דערביי איז א איראנער בירגער אומגעקומען , און יענעמ ' ס פאמיליע האט געשוואוירן נקמה אין דעם איד און אים אנגעקלאגט מיט גאר הארבע קלאגעס . די איראנער רעזשים האט דאן פאראורטיילט דעם איד צו טויט שטראף ה " י , א גאר הארבע שטראף וואס איז געווארן פארלאנגט דירעקט דורך יענע פאמיליע .
מערערע עסקנים האבן זיך אריינגעווארפן אין די קעיס צו שתדל ' ן און ארבעטן וואס מעגליך , די בארימטע צדק ארגענעזאציע אין שפיץ פון הרב משה מארגערעטן הי " ו האט פארמישט ערפארענע אדוואקאטן און פאליטיקאנטן , אבער ליידער האט מען זיך אנגעשטויסן מיט די הארטנעקיגע איראנער וואס האבן נישט געוואלט הערן פון גארנישט .
ליידער איז היינט אנגעקומען די ביטערע בשורה אז די איראנער רעזשים האט אויסגעפירט זייערע בייזוויליגע פלענער , און אומגעברענגט דעם איד נתנאל בן ציונה . שנשמע ונתבשר בשורות טובות .
עין הרע ?
שפרעכן עין הרע דורך בליי , בדרך המסורה אין ירושלים .
+ תפילת ת " ח טאג טעגליך ! + קונטרס עין טובה - פאר א שמירה עליונה .
רופט מרת פריעדמאן : 845.570.2905
בהסכמת דומ " ץ העדה החרדית
א זיכערע השתדלות :
אלעס זאל נתהפך ווערן לטובה !
א זיכערע השתדלות בדרך המסורה
152 SHOPPERS ROUTE November 6 , 2024