ענדי האט זיכער אויך נישט געוויסט , אז זיין טאטע איז גאר אויף א רוסישע ליסטע פון געזוכטע פארברעכער און נאצישע קאלאבאראנטן און דערפאר מוז ער זיך אויסבאהאלטן אין אמסטערדאם אונטער א פאלשע אידענטיפיקאציע און פארדעקן זיין ריכטיגן פארגאנגענהייט , דורך דעם וואס ער ארבייט גאר מיט א האלאנדישער איד , וואס אזוי וועט נישט זיין אזא פארדאכט אויף אים , אז ער איז גאר א געוועזענער נאצישער סימפאטיקער און די דאזיגע טאקטיק איז אים גראדע זייער גוט געלונגען .
אבער דער דזשוסעף האט ווייטער געלעבט אונטער שרעק , ווייל ער האט געהאלטן אין איין הערן אין די נייעס , אז באהאלטענע נאציס זענען געכאפט געווארן אין פארשידענע טיילן פון מערב אייראפע ווי זיי האבן זיך אויסבאהאלטן און ספעציעל האט ער אויפגעציטערט , ווען ער האט געהערט אין די נייעס קוואלן פון אמטסערדאם , אז וואלפגאנג וואלעדמאר , דער באקאנטער עס . עס . קאמאנדיר וועלכער איז געווען טרויעריג בארימט איבער זיינע ברוטאלע אקציעס אויף די פוילישע און להבדיל אידישע באפעלקערונג אין די שטאט אגאוסטא , איז געכאפט געווארן אין אמסטערדאם , דורך אידישע נאצי יעגער און ער איז איבער געגעבן געווארן צו די מלחמה טריבונאל , פון ווי ער איז פארשיקט געווארן קיין פוילן דורך די רוסישע מיליטער , צו קענען דארט פאריבער גיין א פראצעס אין די שטאט ווי ער איז באגאנגען זיינע פארברעכענס .
די נייעס קאנאלן האבן ברייט באריכטעט , אז וואלעדמאר האט זיך באוויזן ארויס צו כאפן פון פוילן , איידער די רוסן זענען דארט אנגקומען און ער האט מיט גענומען מיט זיך פול מיט רויב וואס איז צוגענומען געווארן פון פוילישע בירגער און זיך פאראייניגט מיט זיין פאמיליע אין אמסטערדאם אונטער א פאלשען נאמען .
דזשוסעף האט זייער גוט געוויסט , אז ער איז געווען דער באגלייטער און עטוואס וועג ווייזער פאר וואלעדמאר פון אגאוסטא ביז דאנציג און פון דארט ביז צו די שיף
וואס האט זיי אוועק געפירט קיין האלאנד און דערפאר האט דאס היטל געברענט אויפן גנב און ער האט אנגעוואנדן אלסדינג וואס איז נאר געווען מעגליך צו קענען אנטלויפן ענדליך פון האלאנד און אנקומען קיין אמעריקע .
דזשוסעף האט זיך פרובירט צו בארואיגן און עטוואס זיך געפרייט , אז וואלעדמאר האט אים פלוצלינג פארטריבן פון זיך ווען ער האט זיך באוויזן צו פאראייניגן מיט זיין פאמיליע און ער האט גארנישט אנערקענט וואס ער האט בענעפיטירט פון אים ביז ער איז אנגעקומען פריי קיין האלאנד .
ער איז אויך געווען צופרידן מיט זיך , אז ער האט שוין לאנג נישט געהאט גארנישט איינגעלייגט מיט וואלעדמאר און זינט זיי האבן זיך געשיידט , איינער פונעם צווייטן האט ער אים מער קיינמאל נישט באגעגנט אין האלאנד . ער האט אבער דאך געהאט אין זיך שרעק , אז וואלעדמאר וועט מעגליך ארויס געבן ביי זיינע אויספארשונגען , ווער ס ' האט אים געהאלפן אנטלויפן קיין האלאנד און טראץ דעם וואס דזשוסעף האט שוין איצט געהאט א נייעם נאמען און אידענטיפיקאציע און ער האט זיך געדרייט , בלויז מיט אידן און געארבייט פאר זיי . האט ער זיך נישט געשפירט גענוג פארזיכערט צו בלייבן אין די שטאט ווי וואלעדמאר איז געכאפט געווארן און געשיקט געווארן צום טריבונאל און ווי גוט האט דאס געשמעקט פאר אים , אז זיין ענדי האט גאר אויפגעברענגט א געדאנק זיך צו באזעצן אין אפסטעיט ניו יארק , וואס איז מער א רואיגע וואוין ארט און נישט אויסגעמישט מיט די רוישענדיג לעבנס שטייגער פון די אמעריקאנער באקאנטע סיטי לייף .
דזשוסעף האט אנערקענט , אז דארט וועט ער ענדליך קענען גרינגער אטעמען און נישט זיין אין קיין שטענדיגער שרעק פון די מעגליכקייט , אז ער וועט געכאפט ווערן און זיין אלטער קרימינאלער פארגאנגענהייט וועט אנטפלעקט ווערן .
אפגעזעהן פון די פראגעס וואס ער האט געהאט איבער זיין טאטע און די מאדענע פארלאנגען וואס ער שרייבט אים אין זיינע בריוון פון אמסטערדאם ,
140 SHOPPERS ROUTE November 6 , 2024