11 6 24 | Page 141

פארזעצונג פון פריער
נאך אלע ערווארטונגען פון ענדי , צו קענען בלייבן אין אמעריקע און זיך ארויס דרייען פון זיינע פליכטן פאר די קאנארד ליין שיפינג קאמפאני , איז אים ענדליך געלונגען , אויף א אומגעראכטענעם וועג , ווען ער איז אומגעפאלן אין די ברוקלין טערמינאל אויף א נאסע פאדלאגע און זיך היבש צעקלאפט .
ענדי האט געמוזט אנקומען אין שפיטאל און פון דארט האט ער געמוזט צו קומען ווייטער צו פיזישע טעראפי זיך צו קענען ערהוילן פון זיינע וואונדן .
די מעדיקל רעקארדס האבן אים ערקלערט , אלס היבשער אינוואליד און אזוי האט ער געהאט א גוטע אויסרייד , פארוואס ער קען נישט צוריק קומען צו די ארבייט .
דורך די דאזיגע אומשטענדן איז אים מעגליך געווארן ארויס צו פארן קיין אפסטעיט ניו יארק , ווי בורגער , האט אים ערלעדיגט א דזשאב ביי די נעוועלע גרענד האטעל .
טראץ דעם וואס ער האט געהאט גאר א גוטע פאזיציע אלס קאסטומער סערוויס רעפרעזעטאט אין די האטעל , האט ער ווייטער פארגעזעצט מיט זיין לעגאלער קאמף מיט די אינשורענס קאמפאני און געהאפט צו באקומען פון זיי א שיינעם טשעק , וואס זאל אים ערמעגליכן זיך צו עסטאבילירן אליינס אין אמעריקע .
ער האט זיך דערווייל געשריבן בריוון מיט זיין טאטע קיין אמסטערדאם און אים באריכטעט די לעצטע אפדעיטס , אז ער איז שוין פרעמענאנט אין אמעריקע און ער האט א גוטע פאזיציע אין אפסטעיט ניו יארק .
דער טאטע האט אבער רעאגירט אויף זיינע בריוון , אז ער איז מער אינטערעסירט צו הערן , אז ענדי האט שוין געקויפט אן אייגענעם הויז מיט אן אייגענעם ביזנעס , אז ער זאל קענען קומען און זיך אנשליסן מיט אים אין ניו יארק און עווענטועל אינוועסטירן צוזאמען מיט אים .
און איצט ליינט ווייטער
ענדי האט ליבערשט געוואלט אויסווארטן ביז סעמיועל ראבינאוויץ וועט אים באווייזן אהער צו שטעלן א פעסטן טשעק פון די אינשורענס קאמפאני און ער וועט זיך אזוי קענען אליינס עסטאבלירן אהן די הילף פון זיין טאטע .
ער האט געהאט גאר א הארבע פראגע , וואס האט אים זייער שטארק געבאדערט און דאס איז געווען , פארוואס זיין טאטע , פארפירט אזוי שטארק , אז ער מוז האבן אן
אייגענעם הויז און אן אייגעם ביזנעס , ווען ער אליינס געפונט זיך אין אמסטערדאם , אלס ארבייטער פאר א אידישער בלומען סוחר און ער וואוינט נישט אין זיין אייגענעם הויז .
צווייטענס האט ער נישט געקענט פארשטיין , ווי אזוי אלע פוילישע בירגער וועלכע זענען אנטלאפן פון פוילן ווען ס ' איז געווען אונטער די נאציס אדער וויבאלד די רוסן האבן איבער גענומען , זענען בלויז אנטלאפן מיט דאס ביסל פארמעגנס וואס זיי האבן באוויזן מיט צו נעמען מיט זיך און זיין טאטע , רעדט עפעס אזוי שטארק און גרויס , אז ער האט געלט צו אינוועסטירן אין אמעריקע .... עפעס איז דא געווען פאר אים זייער אומפארשטענדליך . אבער אזוי ווי ער האט געדענקט זיין טאטן פון די יונגערע יארן אלס מאדענער קוריאזער פארשוין , וועלכער האט אים געקענט איבער לאזן פאר א לאנגע צייט ביי זיין זיידע און באבע און גיין וואוינען אין די אנדערע עק פון לאנד אהן צו קומען זיך אומקוקען אויף אים . האט ער נישט געוואלט איבער ציען דאס שטריקל און אים אויפרעגן מיט זיינע הארבע פראגעס און ער האט זיך ליבערשט בארואיגט , אז ער איז עטוואס גליקליך זיך צו קענען פאראייניגן מיט דאס איינציגע איבער בלייבעניש פון זיין פאמיליע וואס דאס איז זיין טאטע .
מיר דערמאנען בלויז אונזערע ליינערס , אז ענדי האט נישט געהאט די מינדעסטע אנונג , אז זיין טאטע איז גאר געווען א בארבארישער נאצי קאלאבאראנט , וועלכער האט פערזענליך אומגעברענגט אידן און אויסגעפירט גניבות אויף אידישע געלטער און פארמעגנס , דורכאויס די צייט וואס די נאציס זענען געווען אין קאנטראל פון פוילן און אזוי האט ער באוויזן צו אנטלויפן באצייטנס פון פוילן ביז אמסטערדאם מיט די קאפעראציע פון נאצישע קאלעגעס , מיט וועם ער האט צוזאמען באוויזן ארויס צו שלעפן פון פוילן עטליכע קיפערטס מיט אידישע ווערטפולע ארטיקלען און געלטער פון פארשידענע וואלוטעס , הארט פאר די רוסן האבן צוריק אינוואדירט פוילן און פארטריבן די נאציס פון דארט .
November 6 , 2024 SHOPPERS ROUTE 141