האט ענדי זעלבסט געגליסט צו קענען זיין ענדליך דער אייגענטימער פון אייגענע ריעל עסטעיט פראפערטיס אין אפסטעיט ניו יארק .
לויט די אנווייזונגען פון מיסטער בורגער , וואלט געווען דאס בעסטע פאר אים , צו קענען אפקויפן א הייזקע וואס האט נעבן זיך עטליכע וואקאציע באנגעלאוס און אין די דאזיגע הייזקע וועט ער קענען וואוינען א גאנץ יאר און אין די זומער וואכן , פארדינגען די באנגעלאוס פאר וואקאציאנערן .
בורגער האט אים געהאט געצייגט עטליכע פראפערטיס , וועלכע זענען געווען אונטער די סטאטוס פון באנקראט און היבש פארלאזט , אז די בענק האבן ניטאמאל געקענט טרעפן די ריכטיג קליענטן וועלכע זאלן דאס קענען אפקויפן פון זייער פארקלאוזשער פראצעדור .
אויף טייל פון די פראפערטיס , האבן די בענק געוואלט פטור ווערן דערפון פאר סיי וועלכע פרייז , אז זיי זאלן מער נישט דארפן צאלן די סטעיט און קאונטי טעקס אויסגאבן דערפאר און אזוי זענען געשטאנען היבשע פראפערטיס אויף די לענג און ברייט פון די קעטסקיל בערג , פיסט און ליידיג , מיט גאר א קליינע אינטערעס פון פאסיגע קליענטן וועלכע האבן דאס געוואלט איבער נעמען .
בורגער האט אבער גאר שטארק צוגערעדט ענדי צו כאפן איינס פון די פראפערטיס און ער האט אים שטענדיג געמוטיגט מיט זיין אויסרייד , אז אויב ער וואלט נאך געווען גענוג יונג , וואלט ער געמאכט א דיל מיט די בענק און איבער גענומען די מערהייט פון די פארלאזטע פראפערטיס אין אפסטעיט ניו יארק פאר נישטיגע פרייזן , ווייל ער איז זיכער ביי זיך , אז די ריעל עסטעיט וועט שטייגן און שטייגן , צוליב די פרישע פלוס פון אידישע אימיגראנטן וועלכע קומען אהן נאכאנאנד פון אייראפע און צווישן זיי זענען פאראן מאסן פאמיליעס וועלכע ווילן זיין אינטערעסירט אין זומער וואקאציעס און אויך אין די מעגליכקייט פון קומען וואוינען אין ערטער ווי זיי קענען באקומען אן אייגענעם הויז פאר גאר ביליג .
בורגער האט אויך אנגעוויזן פאר ענדי די מעגליכקייט פון אפקויפן פארלאזטע ליידיגע פעלדער , וועלכע זענען ספעציעל געאייגנט פאר פארמערס וועלכע זענען פעאיג צו פירן א אייגענעם פארעם מיט קיען און הינער און זייטיג אנפלאנצען די פעלדער ארום מיט פרוכטן און גרינצייג וואס די נאטירליכקייט פון אפסטעיט ניו יארק קען פראדוצירן .
זייענדיג זייער שטארק אנגערייצט פון בורגער , האט ענדי באשלאסן דאס ערשטע צו אפקויפן א פארלאזטע פעלד וואס איז געשטאנען צום פארקויפן אין אולסטער הייטס , ניו יארק נישט ווייט אוועק פון די נעוועלע גרענד האטעל ווי ער האט זיך געפונען .
גראדע איז ער געוואויר געווארן פון די פראפערטי , נישט דורך בורגער , נאר ער האט מיט געהאלטן א ביזנעס קאנפערענץ וואס איז פארגעקומען אין די נעוועלע גרענד האטעל , ווי ער האט געארבייט , דורך פארשידענע בענקס און ריעל עסטעיט אגענטורן , וועלכע האבן געמאכט איין וויקענד א ספעציעלן עקספאו , אין די האטעל פאר אינוועסטירער און דעוועלאופער און ארויס געשטעלט דארט אינפארמאציע און בילדער פון פראפערטיס צום פארקויפן .
ענדי האט זיך נישט געקענט זעהן פינאנציאל גרייט , צו קענען אפקויפן איינע פון די פראפערטיס , טראץ די אויסערגעווענליכע ביליגע פרייזן וואס ס ' איז פארלאנגט געווארן דערפאר און געוויסע פראפערטיס זענען גאר געגאנגען פאר היבש ביליגער ווי געראכטן אויף ליציטאציעס וועלכע זענען פארגעקומען טאקע דארט אין די נעוועלע גרענד האטעל .
איין פראפערטי פון איבער הונדערט עיקערס , וואס איז געווען א בלויזע פארלאזטע פעלד און אלסטער הייטס ניו יארק , איז נישט געגאנגען , פאר סיי וועלכע פרייז .
ענדי האט אנגענומען זיין פולע דרייסקייט און אויסגערעכנט אז ער האט אפגעשפארט עטליכע טויזנט דאלאר פון זיין אייגן געלט און אזוי איז ער צוגעגאנגען
November 6 , 2024 SHOPPERS ROUTE 139