11 6 24 | Page 138

צו די רעפרעזענטאטן פון די באנק און באוויזן אפצוקויפן די פרייע פעלד פאר בלויז דריי טויזנט דאלאר .
ער איז נאכדעם געקומען צו בורגער און אים דערציילט איבער די מציאה וואס ער האט געכאפט . אבער בורגער האט אים גראדע דערנידערט און אים געזאגט , אז ער האט מעגליך איבער געצאהלט , ווייל קיינער איז נישט געווען אינטערעסירט אין די פראפערטי און ער וואלט זיכער געקענט מאכן א בעסערן דיל מיט די באנק , אבער אזוי ווי ער האט דאס שוין אפגעקויפט וועט ער אים זעהן ארויס צוהעלפן מיט וואס ער קען .
ביז עטליכע טעג שפעטער איז בורגער צוריק געקומען צו ענדי און אים דערציילט , אז ער האט געמאכט זיינע שטודיעס איבער די דאזיגע פראפערטי און ער האט זיך דעוויסט , אז דארט פלעגט זיין א גרויסע פעלד ווי ס ' איז געוואקסן ווייץ און אויך סקוואש און ס ' דארף צו הייסן , אז די ערד איז דארט זייער גוט געאייגענט פאר די סארט געוויקסן און דערפאר האט ער געמוטיגט ענדי , אז אויב ער איז גרייט צו ארבייטן שווער און גוט באארבייטן דאס פעלד קען ער גאר שיין פארדינען דערויף אין די צוקונפט .
בורגער האט צוגעשטעלט פאר ענדי , א געזונטן פערד מיט א וואגן אנגעפולט מיט ארבייטס געצייג און ענדי האט זיך אראפ געלאזט יעדעס מאל אין זיין פרייע צייט פון די נעוועלע האטעל ביז קיין אולסטער הייטס און זיך גענומען אויפארבייטן און רייניגן דעם פעלד .
ער האט געהאט אלטע מעמוארן פון זיין באבע אין דאנציג פוילן , וועלכע האט געהאט דארט א שיינעם פעלד , וואס זי האט באארבייט און באפלאנצט און שטענדיג מיט גענומען איר אייניקל איר ארויס צו העלפן אין די ארבייט .
ס ' האט גענומען היבש צייט ביז די ווינטער האט זיך אנגעהויבן , וואס ענדי האט באוויזן איינער אליינס צו אויסרייניגן און אויפאקערן דאס גאנצע פעלד און דערנאך האט ער זיך גענומען פארזיכטיג איינפלאנצן דארט די קערענדלעך , פאר
ווייץ וואס וועט אייגענטליך ארויס וואקסן נאכ ' ן ווינטער סעזאן און אזוי אויך האט ער אפגעשיידט א געוויסע טייל פון די פראפערטי צו איינפלאנצן דארט פארשידענע סארטן סקוואש און געהאפט , אז דורכאויס די ווינטער וועלן די פעלדער אנגעזאפט ווערן מיט די נאטירליכע רעגנס און אויפגעלאזטע שניי און ס ' וועט אנהויבן א מעכטיגע ווייץ און סקוואש פראדוקציע .
דערווייל האט ער געמאלדן פאר זיין טאטע און א פרישע בריוו , אז ער האט שוין באוויזן אפצוקויפן אן אייגענעם פעלד אין אפסטעיט ניו יארק און ער האפט אז דאס וועט פראדוצירן די געווינטשענע געשמאקע פראדוקציעס וואס ער ערווארט צו זעהן .
אבער דער געמיינער דזשוסעף , איז נישט געווען צופרידן , אז זיין ענדי האט באוויזן אפצוקויפן א פעלד מט זיין אייגענעם געלט , ווייל דאס מיינט , אז ער דארף נישט צו קומען צו זיין הילף און אזוי וועט ער דערווייל מוזן פארבלייבן אין האלאנד , ווי ער איז שטענדיג דערשראקן , אז ער וועט געכאפט ווערן .
דזשוסעף האט דערפאר ווייטער געמוטיגט זיין ענדי מיט זיין רעטארישע שפראך און אים ערקלערט שריפטליך ווי שטארק שטאלץ ער איז מיט אים , אז ער האט שוין ענדליך באוויזן עפעס איינצוקויפן אייגענע פראפערטי אין אמעריקע , אבער ער מוטיגט אים ווייטער צו קויפן א פאסיגע וואוין ארט און ער זאל זיך נישט שרעקן , אז ער האט נאך נישט דאס געלט מיט זיך , ווייל ער וועט אים ארויס העלפן צו ערפילן זיין פלאן און ערמעגליכן צו קויפן א " שטילע רואיגע " וואוין ארט אין אפסטעיט ניו יארק און אזוי האט דזשוסעף ווייטער אנגרייצט , זיין ענדי , אז ער זאל דאס זעהן צו אויספירן באצייטנס , איידער די ריעל עסטעיט פרייזן וועלן שטייגן אין אפסטעט ניו יארק צוליב די אריין פלוסן פון פרישע אימיגראנטן וועלכע קומען אהן אין די מאסן קיין ניו יארק .
דזשוסעף האט גוט געליינט די בריוון וואס זיין טאטע האט אים געשיקט און ער האט אנערקענט , אז די קאנצעפט פון
138 SHOPPERS ROUTE November 6 , 2024