11 6 24 | Page 137

די געדאנק איז טאקע גערעכט , אבער גוט געדענקענדיג ווער זיין טאטע איז געווען און אנערקענענדיג זיין היבש שווערע כאראקטער האט אים נישט געשמעקט , אז זיין טאטע , זאל זיין דער אינוועסטירער אין זיין צוקונפטיגער הויז און עוונטועל זיך אריין ציען וואוינן צוזאמען מיט אים אבער דערווייל האט ענדי אויסגעפירט דעם ווילן און געדאנק פון זיין טאטע און ער האט גוט געפארשט און געזוכט , מיט די הילף פון זיין גוטן פריינט מיסטער בורגער , א פאסיגע וואוין ארט .
דערווייל האט ער געווארט מיט אומגעדולדיגקייט אויף די קלאגע וואס סעמיועל ראבינאוויץ האט אנגעפירט פאר אים מיט די אינשורענס קאמפאני און שוין געהאפט צו זעהן דעם פעטן טשעק וואס ער וועט באקומען פון זיי .
דער אידישער אדווקאט האט אים אבער געגעבן צו פארשטיין , אז דאס פאסירט נישט אזוי גיך און ס ' איז א היבש פארלענגערטע פראצעדור , ביז מ ' גלייכט זיך אויס מיט די אינשורענס קאמפאני און די געריכטליכע פראצעדורן . אבער דערווייל האט אים אדוואקאט ראבינאוויץ אנגעזאגט , אז ער מוז זיין זייער פארזיכטיג און אויספאלגן די פיזישע טעראפי פראצעדורן וואס ער האט אים אויסגעשטעלט און זיין גערישט , אז די אינשורענס קאמפאני קען שטענדיג אונטער שיקן געהיימע פריוואטע אינוועסטיגעטארס וועלכע זאלן אים נאכקוקן .
ענדי איז אבער געווען זיכער ביי זיך , אז ער איז הונדערט פראצענט פראטעקטעט , דורך די סלוצקי פאמיליע און דורך זיין פריינט מיסטער בורגער און ס ' איז נישט פאראן קיין נאטירליכע וועג ווי אזוי די אינשורענס קאמפאני זאל דערגיין , אז ער איז טאקע נישט קיין אינוואליד און טוהט שוין פיזישע ארבייט .
דערווייל איז ענדי ווייטער געווען אין די נעוועלע גרענד האטעל און א שיינעם זומער איז פאריבער , ווי ער האט זיך גוט באקאנט געמאכט מיט די אידישע געסט וועלכע זענען דארט געקומען פאר זייערע וואקאציעס און פארוויילונג .
צווישן די געסט זענען געווען פולע מלחמה איבער לעבער אדער גאר אידישע מיליטערישע וועטעראנען און יעדער האט דארט ארום געשמועסט איבער זיינע איבער לעבונגען . ענדי איז אויפגעכאפט געווארן צווישן די געסט , ווען ער האט דערציילט מיט זיין אינטערעסאנטע בריטישן ענגליש אקצענט , זיין איבער לעבעניש אין דאנציג און זיין מזל ' דיגע געלעגנהייט צו ווערן א מאטראז אויף א דייטשע קאנטראלירטע שיף . ביז ער איז אנגעקומען קיין בעלגיע און דארט געווען א טייל פון די פארטיזאנער .
די געסט האבן אויסגעהערט מיט גרויס אינטערעסע ווי ענדי האט דערציילט זיינע אקטיוויטעטן צוזאמען מיט די פארטיזאנער און ווי מ ' האט אים גענוצט , ווייל ער איז פאקטיש געווען א קריסט און ער האט לייכט געקענט אריין קומען אין די קריסטליכע אנשטאלטן ווי ס ' זענען געווען באהאלטן אידישע קינדער און אזוי אויך האבן די פרייע אידן אויסגעהערט זיין געשיכטע ווי אזוי ער האט נאך די מלחמה געארבייט מיט די ציוניסטישע ארגאניזאציעס צו פירן אידן פון אייראפע קיין פאלעסטינע אויף געהיימע שיף מיסיעס .
אלענפאלס אויסער זיין העפליכע סערוויס וואס ער האט אויסגעפירט פאר די האטעל , איז ער געווארן א טייל פון די גאר ווערטפולע ארבייטער , וועלכע האבן זיך דארט געפונען און די האטעל מאנשאפט זענען געווען צופרידן פון די אינטערעסאנטע געשיכטעס וואס ער דערציילט פאר די געסט , וועלכע האבן גאר שטארקע אינטערעסן זיך צוהערן דערצו .
ס ' איז געווארן אזוי שטארק אויפגענומען זיינע אינטערעסאנטע פערל ווערטער און היסטארישע געשיכטעס וואס ענדי האט געהאט צו דערציילן , אז מ ' האט אים גאר אויפגעשטעלט ביי פובליק קומזיצן אין די האטעל צו דערציילן פאר די געסט זיין געשיכטע און זיי ערלויבן אריין צו פרעגן פראגעס אינדערמיט .
וויבאלד די ווינטער איז אנגעקומן אויף די קעטסקיל בערג , האט ענדי געהאט ווייניגער ארבייט אין די האטעל און ער
November 6 , 2024 SHOPPERS ROUTE 137