11 6 24 | Page 136

האט זיך געקענט מער און בעסער אפגעבן מיט זיין פעלד , וואס איז שוין פאקטיש געווען אויפגעאקערט און אנגעזייט .
ענדי איז אריבער געקומען קיין אולסטער הייטס און דארט זיכער געמאכט אז דאס פעלד איז ריין און ער האט זיך גענומען פאמעליך ארום נעמען די גאנצע פעלד טעריטאריע מיט ספעציעלע דראנטען און ארויף געשטעלט סיינס , אז דאס איז א פרייוועט פראפערטי און ס ' איז נישט ערלויבט דארט צו טרעספעסן . ער האט אויך ארויף געלייגט ספעציעלע ווארענונג טאוולען פאר די חיות יעגערס וועלכע קומען דארט אנהויב ווינטער צו פאנגען הערשן און אנדערע מעגליכע חוית וועלכע דרייען זיך ארום איבער די קעטסקיל בערג .
ענדי האט נישט געוואלט אז די האנטערס זאלן זיך ארום דרייען פראנק און פריי אין זיינע פעלדער און דארט צוטרעטן די שווערע ארבייט וואס ער האט דארט אריין געלייגט .
ארום צו לייגן אויף איבער הונדערט אקער לאנד א צוים איז נישט געווען קיין גרינגע ארבייט און דערפאר האט ענדי געארבייט אליינס און גאר לאנגזאם , לויט זיינע מעגליכקייטן און אין יעדע פרייע צייט האט ער ארויף געלייגט נאך אביסל און נאך אביסל צוימונגען ארום זיינע אנפלאנצונגען .
די האטעל האט אים געגעבן ווייטער זיין קווארטיר און טעגליכע מאלצייטן דורכאויס דעם ווינטער , טראץ דעם וואס די ארבייט איז געווען כמעט גארנישט קעגן די זומער און פרילינג סעזאן און ער האט אויך באקומען די רעכטן צו נוצן די אויטאמאבילן פון די האטעל , אזוי ווי מענטינענס טרעקל און דערמיט האט ער געקענט צו פארן ווען ס ' איז געווען מעגליך קיין אולסטער הייטס און די קאלטע און שנייאיגע וועטער צייטן , אנשטאט זיך צו שלעפן מיט די פערד וואס בורגער האט אים געשאנקען .
די מאנשאפט פון די נעוועלע האטעל האבן שטענדיג געזוכט געוויסע אינטערטעינמענט וואס זיי זאלן קענען צושטעלן אין די ווינטער וויקענדס אדער
חגאות , אז געסט זאלן זיך וועלן ארויס שלעפן פון ניו יארק צו פארוויילן ביי זיי אין די ווינטער סעזאן , אין די ספעציעלע אפטיילונג פון די האטעל וואס איז געווען גוט ווינטערייזט און אויסגעשטאט פאר ' ן ווינטער .
פאר איינעם פון די סלוצקי פאמיליע איז אויפגעקומען א געדאנק , צו אויסנוצן אויך דעם בריטישן פוילישען ארבייטער ענדי און אדווערטייזן אין די אידישע צייטונגען און נייעס באריכטן אין ניו יארק , אז מ ' וועט קענען הערן די פארטיזאנער געשיכטע , פון א געוועזענעם פארטיזאן ענדי רישטארדסאן און ס ' וועט אויך זיין די געלעגנהייט אריין צו פרעגן פראגעס
דאס וועט זיין א טייל פון די איבעריגע אינטערטעינמענט וואס די האטעל וועט צו שטעלן אין די ווינטער וואכן פאר אירע געסט און ס ' איז אויסגעארבייט געווארן מיט ענדי , א פרייז וואס ער וועט באקומען פאר די דאזיגע סערוויס און דאס האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין זייער אן אטראקטיווע געדאנק און פולע עלטערע מענטשן , האבן ארויס געצייגט אינטערעס צו קומען הערן דעם דאזיגן געוועזענעם פארטיזאן און נאך יעדן וויקענד זענען די געסט אהיים געפארן מיט גרויס צופרידענהייט פון די גאר אינטערעסאנטע געשיכטעס וואס זיי האבן דארט געהערט און ענדי איז אויך היבש פאר ' שיכורט געווארן פון די דאזיגע נייע אויפגאבע וואס ער האט באקומען . ווייל וויבאלד ער האט פארענדיגט דערציילן זיינע געשיכטעס איז ער ארום גענומען געווארן מיט פולע געסט וועלכע האבן געוואלט האבן פריוואטע שמוסן מיט אים .
ענדי האט אזוי פארדינט זייינע טיפס פון די געסט וועלכע זענען פארגאפט געווארן פון זיינע געשיכטעס און זיך צוגעהערט מיט גרויס אינטערעס צו יעדעס ווארט וואס ער האט ארויס געזאגט פון זיין מויל און אזוי זענען די געסט צוריק געפארן קיין ניו יארק סיטי און איבער געגעבן דארט פאר אנדערע ווי שטארק אינטערעסאנט ס ' איז געווען פאר זיי די פארברענגונג מיט דעם געוועזענעם פארטיזאן און מאטראז
136 SHOPPERS ROUTE November 6 , 2024