11 6 24 | Page 135

פון די קווין מערי שיף .
דאס האט אזוי געברעגט גאר שטארקע אדווערטייזמענט פאר די נעוועלע גרענד האטעל און ווען זיי האבן אדווערטייזט א ווינטער וויקענד האבן זיי צוגעלייגט אלס הויפט טייל פון די אינטערטעינמענט סערוויס . דעם געוועזנעם פארטיזאן , וועלכער איז א אין הויז שטאב מעמבער און ער וועט שטענדיג דארט זיין אייך צו באגריסן און צו דערציילן גאר אינטערעסאנטע היסטאריע .
ס ' איז געווארן גאר שטארק באקאנט די רעדעס פון ענדי דער פארטיזאן ביי די נעוועלע גרענד האטעל און געוויסע שרייבער זענען ארויס געקומען פון ניו יארק סיטי צו הערן זיין געשיכטע און צו מאכן אינטערוויוס מיט אים פערזענליך און אזוי האט ענדי אנגעהויבן צו ווערן גאר אן ערנסטע פיגור און ער האט שוין געהאט באקומען גאר אינטערעסאנטע רעקאמענדאציעס פון שרייב פירמעס , וועלכע זענען געווען אינטערעסירט ארויס צו געבן א בוך פון זיין פערזענליכע געשיכטע .
צווישן די מענטשן וועלכע האבן געליינט די ארטיקלען אין די אדווערטייזמענטס פון די נעוועלע גרענד האטעל איבער דעם פארטיזאן און האטעל שטאב מעמבער ענדי ריטשארדסאן , איז אויך געווען סטוויען מעקנעהעם , וועלכער איז געווען א געוועזענער דעטעקטיוו פאר די ערשטע פריסינק אין מאנהעטן און וויבאלד ער האט ריטייערט האט ער אנגעהויבן מיט א אייגענע פרייוועט אינוועסטיגעיטאר קאמפאני .
זיינע קליענטן זענען געווען גאר גרויסע פירמעס , וועלכע האבן פארטרויט אים און זיין שטאב , וועלכע זענען אלע געווען געוועזענע לאו אינפארסמענט פערסאנעל , אז זיי וועלן זיי קענען צושטעלן פראפעסיאנאלע סערוויס ווען ס ' וועט זיין נויטיג .
עטליכע אינשורענס קאמפאניס האבן אים גענוצט צו נאכפארשן מעגליכע קארופציע און אינשורענס פעלשונגען און זיין סערוויס איז ספעציעל גענוצט
געווארן ווען ס ' האט זיך געהאנדלט אין א קעיס וואס די אינשורענס קאמפאני דארף אויסצולייגן גאר א גרויסע סומע געלט .
די קעיס פון ענדי ריטשארסאן און זיין אדוואקאט סעמיועל ראבינאוויץ איז אויך אנגעקומען צו זיין אפיס . אבער דער דעטעקטיוו האט גארנישט געהאט געפונען קיין באזיץ צו פארדעכטיגן , אז דא האנדלט זיך פון א פאלשע געשיכטע , ווייל ס ' איז געווען אפיציעלע פאליציי רעפארטס איבער די אינצידענט אין ברוקלין טערמינאל און דערנאך האספיטאל רעקארדס איבער זיין האספיטילאזיציע און ווייטער אויך די רעקאמענדאציע פאר פיזישע טעראפע און די נאכאנאנדע באריכטן איבער זיין אינוואלידע סטאטוס וואס איז צוגעשטעלט געווארן דורך געוויסע העלט קעיר פראוויידערס אין אפסטעיט ניו יארק .
ווען דעטעקטיוו סטיווען מעקנעהעם האט געזעהן אן ארטיקל און אדווערטייזמענט איבער א געוועזענעם פארטיזאן און האטעל שטאב מעמבער ענדי ריטשארדזאן , האט ער דערשמעקט , אז דאס איז א נאמען וואס ער קען פון די פיילס וואס די אינשורענס קאמפאני האט אים צוגעשטעלט .
מעקנעהעם האט באשלאסן , אז ער האט דא א געלעגנהייט צו ענזשאויען א וויקענד אין די נעוועלע גרענד האטעל וואס געפונט זיך אין אפסטעיט ניו יארק , אויפן חשבון פון די אינשורענס קאמפאני און אויב וועט אים געלונגען דא צו דערגיין עפעס א פאלשע געשיכטע און אינשורענס פראד סיטואציע , שטייט ער אויס צו געווינען א פעט ביינדל פון די אינשורענס קאמפאני , ווייל דאס איז געווען זיין אפמאך מיט זיי אז אויסער די מאנאטליכע סערוויס געלט וואס ער האט באקומען פון זיי האט ער געדארפט באקומען באזונדערע באנוסעס אויב ער ראטעוועט אפ געלט פון די אינשורענס קאמפאני .
מעקענהעם האט דערפאר באלד געמאכט רעזערוועישאנס אין די נעוועלע גרענד האטעל פאר די וויקענד פון יאנואר , 1 צוליב די גויאישע נייע יאר חגא און ער האט אויך מיט גענומען מיט
November 6 , 2024 SHOPPERS ROUTE 135