11 6 24 | Page 115

זען וויאזוי א טויש אין מענטשנ ' ס לעבנסשטייגערס טראנספארמירט זייער גאנצע לעבן ! עס איז נישט נאר וואג , מענטשן קאנפידענס און זעלבסטווירדע און אפילו ענערגיע קען זיך אינגאנצן טראנספארמירן
זען וויאזוי א טויש אין מענטשנ ' ס לעבנסשטייגערס טראנספארמירט זייער גאנצע לעבן ! עס איז נישט נאר וואג , מענטשן קאנפידענס און זעלבסטווירדע און אפילו ענערגיע קען זיך אינגאנצן טראנספארמירן
אלע עסן גרופעס , קיינמאל נישט ארויסשניידנדיג איינס אינגאנצן .
וואס זענען ביישפילן פון עסן גרופעס וואס איר וועט נישט ארויסשניידן ?
גרופעס וואס ווערן אפט ארויסגעשניטן פון אנדערע דיעטעס . א שטייגער ווי קארבס און פעטנס .
פארוואס האט איר אויסגעוועלט זיך אריינצולייגן אין די ליין ?
איך בין געווען איבערוואגיג אלץ צענערלינג דערפאר איז די אינטערעסע צו די הינזיכט געקומען נאטירליך . אויך אבער , האב איך געקליבן אריינצוגיין אין די וועלט פון נוטרישאן וויבאלד עס האט אויסגעזען ווי אן אינטערעסאנטע און ' מאמע פרענדלי ' ארבעט וואס איז פארט-טיים .
איך האב ליב געהאט סייענס אבער נישט געקענט קוקן אויף בלוט . דאס האט עלימינירט אסאך אנדערע ארבעט אפציעס . ( א שטייגער ווי זיין א נורס אדער ) PA
איך זע אז איר האט לאקאציעס אין בארא פארק , פלעטבוש , מידוואוד , וויליאמסבורג און אין נאך ערטער , וועלכע פון די איז אייער פארנומענסטע ?
אונזער בארא פארק לאקאציע האט צוויי דיעטישאן צימערן אינעווענדיג , דערפאר קוקנדיג אויף ' קליענטן פער וואך ', סערוויסן מיר די מערסטע קליענטן דארט . אבער איך מוז זאגן אז אונזער צוויי לאקאציעס וואס זענען לעצטנס צוגעקומען ( אין מאנסי און מאנרא , ביידע זענען געעפנט געווארן די פארגאנגענע זומער ) הייבן אן זיך צו פארמעסטן מיט אונזער ברוקלין לאקאציעס . עס זעט אויס אז עס איז דא א ריזיגע פארלאנג דערפאר
און עס איז דא ווייניג וואס געבן די סערוויס דורך מעדיקעיד אינשורענסעס פאר די געגנטער .
גראדע טון מיר אויך גאנץ אסאך Telehealth ביי די שטאפל וואס דאס האט נישט צוטון מיט לאקאציע דווקא .
וואלט איר געזאגט אז Telehealth ברענגט די זעלבע רעזולטאטן ווי ווען מען זעט די קליענט פנים אל פנים ?
זיכער אז ניין . עס איז טאקע בעסער ווי גארנישט . פאר איינער וואס איז גאר שווער אראפצוקומען צו איינע פון די לאקאציעס לוינט זיך עס , אבער מיר האבן געזען אסאך בעסערע סוקסעס מיט קליענטן וואס קומען אראפ צו אונז אין אפיס . דאס קען זיין וויבאלד עמיצער וואס קומט אראפ נעמט מער ערנסט די גאנצע זאך . אויך די רילעשאנשיפ צווישן די נוטרישאניסטס און די קליענטן
November 6 , 2024 SHOPPERS ROUTE 115