11 6 24 | Page 114

SHED THOSE YOM TOV POUNDS WITH A SIMPLE , TWICE-A-DAY WEIGHT LOSS SUPPLEMENT .
AVAILABLE AT YOUR TRUSTED HEALTH FOOD STORE
WWW . LIVESLENDR . COM
THE NATURAL SUPPLEMENT TO LOSE WEIGHT
געבט פיל צו .
וויאזוי באווייזט איר צו זיין א מאמע און ארבעטן ?
עס איז קיינמאל נישט גרינג . יעדע סטעידזש האט זיך אירע סעזאנען . איך האב צוויי קינדער ב " ה . א ערשטע קלאס מיידל און א מיידל פון דריי יאר . די שווערסטע זאך פאר מיר איז אז מיר דארפן פליען אפט צו ניו יארק פאר ביזנעס . מיין מאן און איך נעמען זיך שאנסן צו פארן אויף די רייזעס , ער העלפט מיר טאקע גאר אסאך אבער עס איז נישט גרינג ווען איינע פון אונז גייט און די צווייטע בלייבט מיט די קינדער אליין .
פראקטיש גערעדט , וואס זענען אייערע סטראטעגיעס צו לייגן אייער קינדער פאר אייער ארבעט ?
מיינע קינדער קומען אהיים פון סקול בערך 4:15 און מיין סעקרעטערי ווייסט מיר צו קאנטעקטן נאך 4 אזייגער בלויז אויב עס איז אן עמערדשענסי , און אויב עס קען ווארטן פאר די נעקסטע טאג , פארבינדט זי זיך נישט מיט מיר .
די צייט פון נאך 4 אזייגער ביז די קומענדיגע אינדערפרי ווען איך גיי צו די ארבעט איז באשטומט פאר פאמיליע פאקוס : אקטיוויטעטן , היימארבעט , נאכטמאל , איבערגיין די טאג מיט די קינדער , חזר ' ן צו ליינען , און אזוי ווייטער .
אין צוגאב צו דעם פרוביר איך צו מאכן יעדע זונטאג די " פאמיליע צייט " ספעציעל . מיר גייען אפט ארויס צוזאמען אז מיין קינדער ווייסן אז זיי זענען מיין פריאריטעט און נישט מיין ביזנעס .
וואס איז די הויפט סיבה פארוואס מענטשן שליסן זיך אן צו אייער גרופע ?
מענטשן קומען פאר אלע סארטן סיבות . איבערוואג , דייעביטיס , הויכע בלוט דרוק , הויכע כאלעסטעראל , עסן דיסארדערס און סעליאק דעזיז זענען נאר ביישפילן אנצוכאפן עטליכע ביים נאמען .
וואס איז די פארנומענסטע סעזאן ?
נאך סוכות און נאך פסח זענען די אפיסעס די מערסטע פארנומען מיט מענטשן וואס ווילן זיך צוריקכאפן נאך יום טוב .
פארשטענדליך … וויאזוי האט איר באקומען אלע אינשורענסעס צו אויסצאלן אייער סערוויסעס ?
אבאמא קעיר געזעצן האט געמאכט נוטרישאן א covered prevented service אויף מערסטע . health plans נעמען אינשורענסעס האט זיך אירע שוועריגקייט . די געזעצן און רעגולאציעס איבער וואס זיי דעקן טוישט זיך כסדר אבער א טייל פון אנפירן אזא ביזנעס איז צו אנהאלטן מיט דעם .
וואס קען מען ערווארטן איינמאל מען שליסט זיך אן צו די פראגאם ?
אונז גייען איבער אייער וואג און דיעטע היסטאריע און וואס איר האט שוין פרובירט . דאן
114 SHOPPERS ROUTE November 6 , 2024