11 6 24 | Page 116

דיעטע , געזונטהייט און פארלירן וואג , זענען זאכן וואס ציט אלעמענס אינטערעסע . דאס איז שוין די צווייטע אויסגאבע וואס Shopper ' s
Route ווידמעט פאר די טעמע , אבער עס איז נאכאלץ דא אזויפיל צו דערגרינטעווען און דערגיין .
אצינד האבן מיר זיך פארבינדן מיט די גרינדערין פון די Dietitian
-Group א גאר סוקסעספולע נוטרישאן גרופע וואס איז ארויפגעקומען אויף די ראדאר אין די לעצטערע יארן-‏ צו הערן פון איר טיפס און וויכטיגע אינפארמאציע ארויסצוהעלפן מיט א געזונטע לעבנסשטייגער

אינטערוויו

א גוטן , קענט איר זיך פארשטעלן פאר די ליינער ?
זיכער . מיין נאמען איז לאה וואלאפסקי און איך בין א דיעטישאן-נוטרישאניסט . איך פיר א נוטרישאן אפיס אונטער ' ן נאמען
“ Group ” The Dietitian וואס נעמט מערסטנס אינשורענסעס . איך בין אריגינעל פון בארא פארק און כ ' האב געוואוינט אין בארא פארק ביז פינף יאר נאך מיין חתונה . אין 2019 האבן מיר געמופט צו Boca
, Raton פלארידא .
וויאזוי האט זיך " Dietitian The " Group אנגעהויבן ?
איך בין געווארן א נוטרישאניסט און אנגעהויבן זען קליענטן פון מיין 400 סקווער פיס בעיסמענט אפארטמענט אין בארא פארק . די לעפטאפ און וואג איז געווען מיין איינציגסטע אפיס געצייג . איך פלעג זען קליענטן ווען מיין מאן איז געווען ביי די ארבעט .
איך האב געארבעט מיט קליענטן פון יעדע עלטער , פון היי-סקול מיידלעך ביז באבעס , און צוביסלעך זיך ערווארבן א רעפוטאציע אז איך בין גוט באקאנט מיט היימישע עסנווארג און ווערטשאפטן .
איך האב געהאט די געלעגנהייט צו זען אזוי פיל אינטערעסאנטע קליענטן פון כלות ביז פראפעסיאנעלע קעכערס . עס איז דאן געווען אינטערעסאנטע צייטן ! איך האב געהאט אזויפיל ווארעמע קליענטן וועלכע פלעגן מיר ברענגען קוגל און אנדערע treats אויף פרייטאגס ( איך בין געווען פריש חתונה געהאט דאן (.
עס הערט זיך געשמאק … וויפיל יאר צוריק איז דאס געווען ?
אין יאר 2016 האב איך אנגעהויבן זען קליענטן . אין אנהויב האט אפערירט די " ביזנעס " פון מיין אפארטמענט .
וואוינענדיג אין אונזער קליינע בעיסמענט אפארטמענט האבן אונז ארויסגעגעבן א צימער פאר אנדערע נוטרישאניסטס צו נוצן אין געויסע שעות וויבאלד אונז האבן נישט געוואלט נעמען די אויסגאבע פון רענט אויף זיך גלייך נאך די חתונה . דאס האט געהאלטן די קאסטן נידריג און מיר ערלויבט צו עקספירימענטן מיט ' ן אנעמען אינשורענסעס .
נאך צוויי יאר , איינמאל מיר האבן געהאט אונזער ערשטע קינד און אנערקענט אז ביזנעס , בעיבי און 400 סקווער פיס אפארטמענט איז נישט אזוי אויספירבאר האבן מיר באשלאסן אז עס איז צייט צו מופן .
מיר האבן גענומען אונזער ערשטע אפיס ( אויף Ave 12 אין בארא פארק ) זאכן האבן זיך אנגעהויבן רוקן גאר שנעל , די פארלאנג איז געוואקסן און מענטשן זענען אריינגעקומען פון פלעטבוש און פון וויליאמסבורג און פון אנדערע פלעצער , וואס דאס האט אונז געפירט צו עפענען נאך אפיסעס .
וואס איז אייער צוגאנג אין קורצן ?
אונז האבן נישט ממש א one size fits all צוגאנג . דאס איז די סיבה פארוואס אונזערע פלענער ארבעטן . מיר גלייבן אין customization פאר יעדע מענטש . פונדעסטוועגנס גלייבן מיר אין באלאנס , אריינרעכנדיג
116 SHOPPERS ROUTE November 6 , 2024