עסן ' מיינדפולי ' ( eating ) mindful
די בענעפיטן פון עסן מיינדפולי זענען ענדלאז . עס איז א געוואוינהייט וואס לוינט זיך איינצופירן אויף זיך פאר אלע געלטער .
איר דרייט זיך אין קאך , נאשט ארויס פון א קאנטעינער דא , נעמט א האלבע סנעק דארט , נעמט נאר א קליינע שטיקל פון די קוכן וואס איז איבערגעבליבן פון סוכות , ענדיגט די יוגערט וואס איר האט פריער אנגעהויבן , די צייט ריקט זיך און איר באמערקט אז די פעקל פאפקארן אויפ ' ן קאונטער האט זיך ' פון זיך אליין ' אויסגעליידיגט , איר האט גארנישט געגעסן אבער אלעס געגעסן , איר זענט איבערגעפולט אבער געבליבן הונגעריג ...
ברוכים הבאים צו ' עסן מיינדפולי '.
עסן מיינדפולי מיינט זיין אינגאנצן באוואוסטזיניג צו וואס איך עס . בשעת איך עס עפעס , איז מיין קאפ פאקוסט אויף די פאלגנדע : וואס איז די טעם פון די עסן ? די ריח ? קאליר ? ' מיינדפול ' עסן , מיינט פאקוס ' ן אויף די עסן וואס איך עס און פולקאם הנאה האבן דערפון .
זעצט אייך אראפ , עסט פון א ' טעלער ' ( און נישט פון קאנטעינער , גרויסע בעג , אדער בעקעלע ) און נעמט א מינוט צו באטראכטן אייער עסן דערין . וועלכע קאליר איז עס ? נעמט עס אריין אין מויל און פילט די טעם אויף אלע באקציינער , צעקייט גוט די עסן און פילט ווי די עסן גייט אריין אין אייער קערפער . ' שפירט ' די עסנווארג מיט אלע פינף חושים .
בשעת איר עסט – ' עסט איר '. דאס זאל זיין די איינציגסטע זאך וואס איר טוט יעצט , ' איר עסט יעצט '. אויב די ארטיקל ווערט יעצט אנגעברעקלט מיט א סנעק וואס איר האלט אינמיטן עסן , לייגט עס אוועק – אדער די סנעק אדער די שאפערס רוט – ווייל עסן בשעת ' ן טון עפעס אנדערש , ווי ליינען , באטראכטן בילדער , אדער ארבעטן , איז פונקטליך די פארקערטע פון עסן מיינדפולי .
די תוצאות פון אזא מהלך ?
פלוצלונג וועט איר פילן ווען איר זענט באמת הונגעריג און ווען איר זענט שוין באמת זאט . פלוצלונג וועט איר זיך טרעפן אויסוועלן געזונטערע עסנווארג איבער דשאנק . פלוצלונג וועט איר מער הנאה האבן פון אייער טעלער ווי ביז היינט ... פרובירט עס אויס און איר וועט אליין ערשטוינט ווערן .
November 6 , 2024 SHOPPERS ROUTE 109