נישט-דווקא- |
געוואוינהייטן , |
גוטע |
דווקא-נישט-גוטע |
געוואוינהייטן , |
גוטע |
|
געוואוינהייטן
...
|
א געוואוינהייט איז עפעס וואס איז אריינגעלייגט געווארן אלס ' אוטא פילאט ' אין אונזער מח , און יעצט ווערט די מענטש געפירט לויט דעם . ווי נאך נעמען געוואוינהייטן אזוי די אויבן-אן ווי ווען עס קומט צו עסן ?...
א מענטש ' ס כח ווערט גענומען פון וואס ער נעמט אריין אין מויל . מען איז אזוי פארנומען דערמיט אז די אקט פון ' עסן ' אליין נעמט אויף אומגעפער 43,800 שעות פון א געווענליכע מענטש ' ס לעבן !
חוץ פון ' וואס ' מיר עסן , שפילן די ' ווען ', ' וויאזוי ', און ' וויפיל ' מיר עסן סאמע הויפט ראלעס .
א געוואוינהייט איז אבער נישט קיין אורטייל , וועלכע האלט די מענטש פארשמאכטעט , נאר איז עפעס וואס ליגט אין די אייגענע הענט צו טוישן .
ווילט איר אנהאלטן געוואוינהייטן וואס וועלן בענעפיטן פאר אייער אלגעמיינע געזונטהייט ? הער צו : די בעסטע רעזולטאט פון געזונטע עסן געוואוינהייטן איז עס ברענגט ... נאך גוטע געוואוינהייטן .
וויאזוי קען זיין אז די וואס עסט א נארהאפטיגע פרישטאג יעדן אינדערפרי קען זיך פונקט אויך איינהאלטן פון עסן ביינאכט ?
פארוואס פונקט די וואס עסט רואיג און שטייט , עסט זיך אויך נישט איבער ? גאנץ פשוט .
פונקט ווי סוקסעס ברענגט סוקסעס , ברענגט איין גוטע געוואוינהייט ווען עס קומט צו עסן נאך אסאך גוטע געוואוינהייטן .
פאריגע וואך האבן מיר געפאקוסט אויף צוגענג וואס וועלן צוהעלפן מיט וואג-פארלוסט . די וואך וועלן מיר כאפן א בליק אויף געזונטע עסן געוואוינהייטן .
Eating Habits
ח . גראס
110 SHOPPERS ROUTE November 6 , 2024