11 6 24 | Page 108

עסט זיך נישט איבער
פששש ... ממש א חידוש . אמת , מיר הערן איבער די שענדליכקייטן פון זיך איבערעסן טאג איין טאג אויס , וואס זאל איך אבער טון למעשה ? וואס זאל איך טון ווען איין רעפטל קוכן האט א מאגנעטישע כח צום נעקסטן ? וואס זאל איך טון אויב ס ' איז ממש נישט אין מיינע הענט אז סנעקערס קומען נאר אין גרויסע פעקלעך ?
אפאר גוטע טיפס :
- היפט נישט אריבער קיין מאלצייטן . איבערעסן פאסירט געווענליך ווען איר זענט ספעציעל הונגעריג .
- ' מאכט שבת פאר זיך ' – נעמט א שיינע טעלער , עסצייג און א נעפקין , לייגט אריין אין טעלער וואס איר דארפט , און בעיקר : פאקט אוועק אלע קאנטעינערס און פעקלעך . ווען איך זעץ זיך אראפ מיט מיין עסן אויף א מסודר ' דיגע אופן , באקומט מיין מח די מעסעדזש : יעצט עס איך , און ווען איך וועל זיין זאט וועל איך מער נישט דארפן עסן . ווען איר וועט זיך אויפשטעלן פון די שיין-געדעקטן טיש וועט אייער מח קלאר דערהערן דעם מעסעדזש : איך האב יעצט געענדיגט עסן .
- קוכן , סנעקס , טשוקלאד , זיסווארג ... פרובירט אריינצונעמען די עסנווארג אין הויז ווי ווייניגער . די סארט עסנווארג זענען ' אדיקטיוו ' און איר וועט זיך אסך שנעלער איבערעסן אויף קוכן ווי אויף א שטיקל פיש . דערפאר , אויב האט איר נישט אזויפיל פון די עסנווארג אינדערהיים , איז די נסיון פיל קלענער .
- עסט אייערע מאלצייטן בערך די זעלבע צייט יעדן טאג . אויסמיידן די שולד געפילן
אויב טרעפט איר זיך שוין מיט א ליידיגע פאמיליע סייז זעקל קארן טשיפס אין האנט , עסט אייך נישט דאס געזונט . פרובירט צו טרינקען א גלאז וואסער , נעמען א שנעלע שפאציר , אדער טרינקען א הייסע טיי ( פעפערמינט , קאמאמייל , און ginger זענען אויסגעצייכנט ) און פארגעסט דערפון .
טרינקען וואסער – ווען ?
ס ' איז ברייט באקאנט אז טרינקען אכט גלעזער וואסער א טאג איז נויטיג כדי אונזער קערפער זאל קענען פונקציאנירן . ווען זאל איך אבער טרינקען ?
קודם כל , לאמיר אויפלעזן די איינרעדעניש אז טרינקען וואסער בשעת ' ן עסן פירט צו פארדייאונגס פראבלעמען – ווי אז עס וואשט אוועק די וויכטיגע מאגן-אסידס ( די ספעציעלע juices וואס אונזער מאגן פראדעצירט כדי צו פארדייען אונזערע עסנווארג ) און וועט דערפאר נישט ערלויבן אז די עסנווארג זאל זיך פארדייען ווי עס דארף צו זיין .
פאר אונזער שכל זעט עס אפשר אויס פשוט : וואס דען טוט וואסער אויב נישט אז עס וואשט אוועק מאגן-‏ אסידס ?!
ערנסטע שטודיעס האבן אבער נאכנישט אויפגעוויזן די גערעכטיגקייט דערפון . עס ' וואשט ' אפשר אוועק
108 SHOPPERS ROUTE November 6 , 2024