11 6 24 | Page 107

אביסל פון די אסידס , אבער אונזער מאגן איז אביסל קלוגער ווי דעם . בלייבטס רואיג – עס וועט שנעל פראדוצירן נייע אסידס כדי צו ערזעצן די וואס זענען ' פארשוועמט ' געווארן אינעם וואסער .
דער רמב '' ם ברענגט אז א מענטש זאל עסן ווען ער איז הונגעריג , און טרינקען ווען ער איז דורשטיג . מענטשן כאפן אבער נישט אויף ווען זייער קערפער זאגט זיי אז זיי זענען דורשטיג , דערפאר איז וויכטיג זיך צו האלטן צו די ברייט-אנגענומענע שיטה : אין נארמאלע אומשטענדן , ווען די וועטער איז נישט צו הייס , און ווען איר טוט נישט קיין ספעציעל שווערע פיזישע אקטיוויטעטן , טרינקט אזויפיל אונסעס וואסער ווי האלב פון אייער וואג . צום ביישפיל : אויב וועגט איר 100 פונט , דאן דארפט איר טרינקען 50 אונסעס וואסער א טאג – וואס קומט אויס בערך ‏-‏‎8‎אונס 6 גלעזער וואסער א טאג . און יא , טרינקט ווען איר ווילט – פאר מאלצייטן , נאך מאלצייטן , און בשעת מאלצייטן .
טרינקען צופיל וואסער אין איין צי ברענגט נישט קיין מאגן-ברענען . דאך , די וואס ליידן אבער אויף מאגן-ברענען , זאלן יא זען נישט צו טרינקען צופיל וואסער אויפאמאל כדי נישט צו לייגן צופיל פרעשור אויפ ' ן מאגן .
הערט אויף צו עסן ביינאכט
די גרעסטע אורזאך פארוואס איך טרעף זיך עסן שפעט ביינאכט , איז ווייל כ ' האב נישט קיין געזונטע שלאף סקעדואל . ווען מיר זענען מיד און אויסגעמוטשעט , ווילן מיר זיך מאכן באקוועם , און אפטמאל וועט דאס זיין דורך עפעס נאשן . ביינאכט , ספעציעל אויב מען איז אונטער סטרעס , איז אונזער קאנטראל אויף זיך אליין סאך שוואכער . מיר האבן דעמאלטס נישט די קאפ אויפ ' ן פלאץ וואס ס ' איז געזונט און וואס נישט , וואס ס ' איז ריכטיג צו טון און וואס נישט . קינדער וועלן אויך זיין מער פאלגזאם אינדערפרי .
פונקט ווי איך האב נישט קיין גאנצע קאנטראל איבער וואס ס ' קומט ארויס פון מיין מויל ביינאכט , האב איך נישט קיין פולקאמע קאנטראל איבער וואס ס ' גייט אריין דארט . צו דעם פירט א מאנגל און שלאף צו א געוואלד פון סטרעס . און ווען איך בין אונטער סטרעס זענען מיינע אויסוואלן ווען עס קומט צו עסן ... נישט פון די מערסטע געזונטע סארט .
עסן ביינאכט ברענגט מאגן-ברענען , איז אומגינסטיג פאר אונזער צוקער אין אונזער בלוט , אונזער בלוט-דריק , און האט נעגאטיווע אפעקטן אויף אונזער וואג .
וואס קען איך טון זיך אפצוגעוואוינען דערפון ?
ווען די פלוצלימע הונגער קומט אן , איז עס אסאך מאל צוליב דורשט . טרינקט צוויי גלעזער וואסער , ווארט אפאר מינוט , און זעט צו די ' הונגער ' איז אוועקגעגאנגען .
פוצט אייער ציין ! ס ' הערט זיך מאדנע , אבער ס ' ארבעט מורא ' דיג . ווען איר באשליסט אז איר האט געגעסן גענוג פאר ' ן טאג , פוצט אייער ציין . דאס וועט שיקן א מעסעדזש פאר אונזער מח : שוין . געענדיגט מיט די עסן היינט .
נאך נאכטמאל , גרייט זיך אן א געזונטע סנעק וואס איר וועט עסן אין א שעה ארום – צום ביישפיל ניסלעך , פרוכט , א יוגערט אדער מייקראוועיוו פאפקארן . אזוי ווייסט איר אז איר קענט נאך עפעס עסן נאך נאכטמאל אבער ס ' וועט נישט זיין אן קיין חשבון .
עסט שטייט
אמעריקאנער זענען שנעלע עסערס . ס ' איז א טייל פון אונזער פארנומענע וועג פון לעבן . אין 2017 האט
November 6 , 2024 SHOPPERS ROUTE 107