11 6 24 | Page 106

מען אבער דורכגעפירט א גרויסע שטודיע אין יאפאן און מען האט געפינען אז מענטשן וואס עסן שטייטער האבן זיך זייער עסן פארדייט בעסער און זיי האבן געפילט זאט פיל שנעלער ווי אנדערע .
די פארדייאונגס סיסטעם הייבט זיך אן אין די מויל . אויב שלינג איך אראפ גרויסע שטיקלעך , האב איך פארפאסט א גרויסע חלק פון די פארדייאונג .
עסן שנעל איז א געוואוינהייט וואס מענטשן כאפן ניטאמאל אז זיי ליידן דערויף . א נאכטמאל דארף נארמאל צו נעמען 30 מינוט לאנג . אויב נעמט עס פיל שנעלער ווי דעם , פרובירט די פאלגנדע עצות :
- לייגט אראפ אייער גאפל צווישן איין ביס און די אנדערע און הייבט עס נאר אויף ווען אייער מויל איז אינגאנצן ליידיג .
- ציילט צוואנציג ביסן ביז איר שלינגט אראפ וואס איר האט אין מויל . זארגט נישט , איר וועט נישט דארפן ציילן קיין ביסן א גאנץ לעבן – אבער אויב ציילט איר אייערע ביסן ביי אפאר מאלצייטן , וועט איר זיך צוביסלעך איינגעוואוינען צו קייען שטייטער .
- קוקט אויפ ' ן זייגער בשעת איר עסט . יעצט איז 6:00 ביז 6:30 טו איך גארנישט חוץ עסן . די פרעשור אז נאך זאכן דארפן געטון ווערן , מאכט אונז עסן סאך שנעלער . וואס זאל איך טון אויב איך האב נישט די האלבע שעה ? די אמת איז אז כאפן עסן דא און דארט נעמט אויך אויף צייט . זעצט אייך אראפ צו א נארמאלע מאלצייט און איר וועט האבן כח און מח צו טון זאכן שנעלער און איר וועט זיין מער פאקוסט אויף אייערע פליכטן .
TIDBITS :
ס ' איז א פסיכאלאגישע זאך , אבער שטודיעס צייגן אז איינער וואס לייגט אריין ( kale א סארט גרינע , בלעטערדיגע גרינצייג ) אין זייער גראסערי וועגעלע , וועט זיך די קומענדיגע מינוט טרעפן ביי די אייז קרעים אפטיילונג סאך שנעלער ווי איינער וואס קויפט בכלל נישט די געזונטע ... kale
אין שפאניע וועט א מענטש געווענליך עסן נאכטמאל פאר צוויי שעה . ( הא ! געענדיגט מיט באשולדיגן די גוי ' טעס פארוואס זיי נעמען צוויי שעה פאר מיטאג ...(
שטודיעס צייגן אז דורך צולייגן בלויז אביסל פרוכט און גרינצייג צו אונזער דיעטע א טאג רעדוצירט די ריזיקע פון כראנישע קראנקהייטן מיט . 6 %
פארשער האבן געפינען אז פאמיליעס וואס עסן א מאלצייט צוזאמען האבן 12 % מער שאנסן צו האבן געזונטערע דיעטעס .
בלויז 1 פון 10 ערוואקסענע עסן גענוג פרוכט און גרינצייג .
מענטשן וואס עסן צו איבערגעארבעטע עסנווארג האבן א 58 % העכערע ריזיקע אריינצופאלן אין דעפרעסיע .
שטודיעס האבן אויפגעוויזן אז בערך 36 % אמעריקאנער האלטן אז פיצא איז א גרינצייג ווייל ס ' ווערט געמאכט מיט טאמאטע זאפט ...
100 ביליאן באנאנעס ווערן געגעסן א יאר !
שטודיעס צייגן אז פרויען ציען סך מער צו טשוקלוד ווי מענער .
א געווענליכע יאפאנעזער וועט עסן 11 גראם פיש א טאג . בכלל האבן יאפאנעזער א זייער געזונטע דיעטע און זיי זענען טאקע די וואס לעבן די לענגסטע !
אין , 2019 זענען א געשאצטע 2.8 מיליאן טויט פעלער ארום די וועלט פאראורזאכט געווארן בלויז צוליב דעם אז די מענטשן האבן געגעסן צופיל זאלץ .
די גלאבאלע מארקעט פאר געוואוקסן-באזירטע עסנווארג ווערט געשאצט אלס א 29.4 ביליאן דאלערדיגע מארקעט ! – אבער אמעריקע איז נישט אזוי אינטערעסירט אין געוואוקסן-‏ באזירטע עסנווארג . אין אמעריקע עסן 70 % פון די מענטשהייט אומגעזונטע עסנווארג פון רעסטוראנטן כאטש איינמאל א וואך ...
106 SHOPPERS ROUTE November 6 , 2024