ח . גראס
אלעס ארום Eating Habits
אלעס זייער פיין און וואויל , אבער וויאזוי טויש איך א געוואוינהייט ?
קודם כל , אידענטיפיצירט די געוואוינהייט . וואס טו איך נישט ריכטיג ?
איך עס ביינאכט . איך קען זיך נישט צוגעוואוינען צו עסן שטייט .
אנערקענען די פראבלעם איז שוין א האלבע רפואה , זאגט דער וועלט – און ער איז גערעכט . אויב איך קוק מיין געוואוינהייט אין פנים , קען איך עס טוישן .
וואס ברענגט מיר צו צו די שלעכטע געוואוינהייט ? איך עס ביינאכט ווייל דעמאלטס האב איך די מערסטע צייט .
איך עס שנעל ווייל איך בין אונטער כסדר ' דיגע דרוק ...
פרובירט אוועקצונעמען דאס וואס ברענגט די שלעכטע געוואוינהייט . צום ביישפיל : טון עפעס ביינאכט וואס וועט מיר געבן סיפוק און אנפולן מיין צייט . פרובירן זיך צו אריענטירן און זיך בארואיגן איידער איך הייב אן עסן .
ווי געזאגט , א געוואוינהייט איז ווי די ' אוטא- פילאט ' פון אונזער מח . יעצט דארף איך עס טוישן און די בעסטע רפואה איז דורך קליינע , טריט ביי טריט טוישונגען .
" פון יעצט און ווייטער וועלן דשאנק עסן ליגן אויף די העכסטע שעלף אינעם שאפע ( אדער נאך בעסער : עס וועט בלייבן אין גראסערי ...( כדי איך זאל נישט האבן די נסיון עס צו עסן ביינאכט ."
" פון יעצט און ווייטער וועל איך פאר די ערשטע פינף מינוט פון מיין מאלצייט נישט
אוועקנעמען די פאקוס פון דעם אז איך פרוביר יעצט צו עסן שטייט ."
דורכגעפאלן איין מאל ?
ס ' איז גארנישט געשען . ס ' איז א נארמאלע , געזונטע טייל פון ברעכן א שלעכטע געוואוינהייט . ס ' איז נאר וויכטיג זיך אויפצושטעלן , זיך נאכאמאל מחזק זיין און גיין ווייטער .
באלוין זיך ! אויב זענט איר נישט דורכגעפאלן א גאנצע וואך איז געוואלדיג ! טראכט פון א באלוינונג וואס איר וועט זיך געבן ביים סוף פון יעדן טאג / וואך אדער ווען איר ווילט וואס וועט אייך געבן די שטופ ווייטער אנצוהאלטן מיט אייער ' אפגעוואוינען ' פראיעקט . הצלחה !
די שאפערס רוט האט אייך לעצטנס אנגעווארעמט צו עסן בלויז געזונט .
איר דרייט זיך צווישן די גראסערי רייעס , קוקט אהער און אהין און פלוצלינג כאפט איין סנעק אייער בליק . " נאטירליך " שטייט אין פארנט . " גלוטען פריי " שמייכלען די ווערטער צו אייך . " מאלטי-גרעין " שטייט קלאר אויפ ' ן סיריעל באקס . זענען די ווערטער ריכטיג ?
וואס דארף מאכן מיין באשלוס ווען עס קומט צו באשליסן וועלכע עסנווארג צו קויפן ?
לאזט נישט דאס וואס שטייט אין פארנט אויפ ' ן פעקל אייך אריינ ' נאר ' ן .
אט זענען די מערסטע באקאנטע ווערטער אויף פעקלעך עסנווארג און וואס זיי מיינען .
Multigrain-מאלטיגרעין . דאס קלונגט
November 6 , 2024 SHOPPERS ROUTE 105