11 20 24 | Page 94

אינפארמירט

דורך : מרת . וואלקאספקי פון Dietitian Group
איך וויל וויסן וועגן וויטאמין וואסער . די מעלות און די חסרונות דערפון , און אזוי אויך וועלכע פלעוואר און קאמפעני עס לוינט זיך די מערסטע צו קויפן ?
וויטאמינען זענען אין אלגעמיין א גוטע זאך , און פילע דאקטוירים און נוטרישאניסטס עצה ' נען צו נעמען א מולטי-וויטאמין צו פארזיכערן אז מענטשן באקומען גענוג . פונדעסטוועגנס , צו באקומען מער און מער וויטאמינען איינמאל מען האט שוין דערגרייכט די געפאדערטע קוואנטום ברענגט נישט אייביג די בעסערע רעזולטאטן . עסנווארג אזויווי סעריעל און אנדערע פראדוקטן פארמאגן שוין אין זיך אסאך וויטאמינען און מענטשן נעמען אפט וויטאמינען אין פארעם פון א פיל .
דערפאר איז פאר מערסטנס טייל פונעם מענטשהייט נישט דא א סיבה צו טרינקען נאך קוואנטומען פון וויטאמענען .
איינע פון די זארגן וואס וויטאמין וואסער ברענגט אויף , אפגערעדט פון די פאקט אז מען נעמט אפשר איין צופיל פון א געוויסע וויטאמין , איז אז די פראדוקטן האבן אפט צוקער און עקסטערע קאלעריעס ( אפילו נאטירליכע צוקער סובסיטוטס זענען נישט אייביג אזוי געזונט ווי ווען מען באגייט זיך אן עס (.
אין צוגאב צו דעם , צאלט מען פאר די וואסער 2-3 דאלער פאר א קליינע פלעשל און דאס איז ממש א שאד . אויב איר טרינקט וויטעמאן וואסער אנשטאט סאדע , דאן איז עס טאקע אקעי , אבער עס איז נישט דא קיין סיבה צו טרינקען 8-10 גלעזלעך וויטאמין וואסער א טאג אנשטאט געהעריגע וואסער .
עס איז נישט דא קיין ספעסיפישע ברענד אדער פלעוואר וואס איז די בעסטע , זייט נאר געווארנט צו ליינען די באשטאנדטיילן ליסטע און לעיבעלס איידער איר קויפט פון סיי וועלכע ברענד .
פאר סיי וועלכע פראגע אנבאלאנגט נוטרישאן און דיעטע שיקט עס אריין דורך fax צו -718-384 5563 אדער רופט 718-599-3444x3 און עס וועט געענטפערט ווערן דורך מרת . וואלקאפסקי אין די
ראמען פונעם Shopper ' s Route
94 SHOPPERS ROUTE November 20 2024