ליינער רעאגירן ...
פידבעק און געדאנקען איבער די פארגאנגענע ארטיקלען אינעם . Shopper ' s Route
אויב האט איר עפעס צוצולייגן , באמערקן , אדער אנפרעגן איבער איינע פון די פארגאנגענע ארטיקלען וועלכע זענען
ערשינען אין די , Shopper ' s Route דאן שיקט צו : Email : nt @ theshoppersroute . com Text : 917.300.9058
* געדענקט צו שרייבן פון וועלכע וואך עס איז , און די נאמען פון די ארטיקל פון וואס איר רעדט .
דורכאויס ' ן זומער האב איך עטליכע וואכן נישט באקומען די
. Shopper ' s Route אויך די וואך וואס מען איז אהיימגעקומען פון קאנטרי האב איך פארפאסט און לויט וואס איך הער איז עס געווען גאר וויכטיג ( דאכט זיך מיר עס האט זיך גערעדט פון סטרעס ) וואלט געווען מעגליך איך זאל קענען באקומען די ארטיקלען אויף עפעס א וועג ? א ליינערין
ענטפער פון די אפיס איר קענט זען אזוי אויך דאנלאדן אונזערע אלטע ארטיקלען אויף אונזער וועב סייט www . theshoppersroute . com
ארטיקל : מעשה שהיה יעדע וואך שלונג איך די מעשיות פון ה . רובין . עס איז ווי א מוסר ספר פאר מיר , און אויך די דראמאטישקייט האלט מיך געשפאנט . עס איז מיר א וואונדער וויאזוי די שרייבערין טרעפט אזעלכע האר- אויפשטעלנדע געשיכטעס אויף א וועכנטליכע פארנעם ! מורא ' דיג ! מ . בערקאוויטש
ארטיקל : חק ולא יעבור פרשת לך לך די מעשה פון ' חק ולא יעבור ' האט מיר שטארק געשטעלט און פלאץ … יישר כח ה . רובין פאר די אינספאראציע און חיזוק ! ה . ח .
ארטיקל : אינטערוויו מיט ' ן ווייב פונעם בעל תפילה יום כיפור אויסגאבע כ ' ווייס אז עס איז שוין היפשט נאך די הייליגע טעג , אבער איך וויל דאך אויסדרוקן מיין דאנק סיי פאר ' ן שרייבערין פאר ' ן אפהאלטן די אינטערוויו מיט מרת . ווייס אשת הרה " ג ר ' יעקב ווייס שליט " א . רב דביהמ " ד ישמח משה אין מאנסי , און סיי פאר מרת ווייס . מיין זון איז אויך א
November 20 2024 SHOPPERS ROUTE 93