11 20 24 | Page 95

ליינער רעאגירן ...

פידבעק און געדאנקען איבער די פארגאנגענע ארטיקלען אינעם . Shopper ' s Route
בעל תפילה און עס איז מיר געווען גאר אינטערעסאנט צו הערן פון די קוקווינקל און פערספעקטיוו איבער די עבודה פונעם בעל תפילה .
ל . פ .
איך האב געוואלט איבערגעבן מיינע קאמפלימענטן אויף די קוואליטעט פון די ארטיקלען לעצטנס , זיי זענען אלע אויסערגעווענליך . ספעציעל די ארטיקלען פון ח . גראס . זיי זענען אויסנאם אהערגעשטעלט , געשמאק צו ליינען , און רייך באשריבן .
ספעציעל די ארטיקל פון . eating habits די humor געבט אזוי פיל צו צו וואס קען זיין א צו ערנסטע טעמע … אלעס איז רייך מיט אינפארמאציע , און אזוי גוט באשריבן .
איך וואלט הנאה געהאט אויב מען קען צולייגן די פסיכאלאגישע סיבות פארוואס מענטשן ווערן געצויגן צו עסן , אזוי קען מען טרעפן אנדערע וועגן זיך אונטערצוהאלטן אן צו לויפן צו עסן .
אסאך הצלחה אויף ווייטער !
I would like to give feedback on the recipe last week . We made the Betty Crocker veggie pizza frittata on Motzei Shabbos and it was absolutely delicious ! It was gone in just a few minutes ! Thanks so much .
די אינטערוויו מיט דר . פרענקל פון קינדערקעיר איז געווען גאר העלפסבאר . עס איז געווען און אינטערעסאנט און וויכטיג צו הערן די דאקטארינ ' ס בליק אויף די עלטערן און קינדער און געשאנקען גאר א גוטע געפיל . איך זע אויך אז נאך איר האט אפגעהאלטן א שמועס מיט מרת וואלקאפסקי פונעם דייעטישאנ ' ס גרופע האט איר אויפגעסעט א קאלום וואו מען קען איר פרעגן שאלות . אפשר וואלט אויך געווען א גוטע עצה צו פרעגן שאלות פון א קינדער דאקטער ? איך שפיר אז דאס וואלט אינטערעסירט גאר אסאך יונגע און אומערפארענע מאמעס .
מ . רייך
סודות פון א
קינדער דאקטאר
אזוי אויך , די נייע קאמיוניקעשאן ארטיקל זעט אויס ווי גאר א שטארקע זאך . יישר כח פאר ' ן עס אריינברענגען . הרב פריעדמאן האלט טאקע בלויז ביים עפענען די טעמע און די קאנצעפט אבער איך האב שוין ליב וויאזוי זאכן לויפן .
פיל הצלחה אויף ווייטער ! צ . הורוויץ
November 20 2024 SHOPPERS ROUTE 95