אז אידן קענען מעגליך אנקומען צו אים און צו זיינע אוצרות .
ענדי האט גוט אויסגענוצט די מענטאל סטאטוס פון זיין טאטע און אויסגעארבייט מיט זיין אדוואקאט לעגאל , אז אלע פארמעגנס זענען אונטער זיין קאנטראל און בלויז אונטער זיין נאמען , ווייל דער טאטע קען נישט פירן קיין געזונטן ווירטשאפט און ער האט אויך באצווינגען דעם אלטן דזשאו צו קאאפערירן מיט אים און אונטער שרייבן , אז ער גיבט איבער די פולע קאנטראל און ווירטשאפט פון אלע פארמעגנס וואס איז געווען אויף זייערע ביידע נעמען , בלויז צו ענדי .
אבער דא האט זיך דער אלטער ווייטער דערוועקט מיט זיין מאדענעם פארלאנג און אויסדריקליך געבעטן צו פארשרייבן אין די לעגאלע דאקומענטן , אז טאקע אלסדינג איז אונטער די קנאנטראל פון ענדי , אויסער די טעריטאריע אונטער די באנגעלאו , וואס די דאזיגע קעלער איז פולשטענדיג בלויז אונטער זיין קאנטראל און ענדי האט נישט די רעכט דארט אריין צו גיין אהן זיין רשות און אנוועזענהייט .
ענדי און דער אדוואקאט האבן ביידע נישט געקענט פארשטיין די דאזיגע מאדענע פארלאנג , אבער כדי צו קענען באקומען די אונטער שריפט פון דזשאו אויף אלע אנדערע פראפערטיס , וועלכע זענען ביז איצט געווען אויף ביידע נעמען , אלס פולשטענדיגע שותפות , האט ענדי צוגעשטימט צו די דאזיגע משוגעת און זיך צוגעשטעלט צו די פארלאנג פון זיין טאטע און ער איז געווען צופרידן , אז ער האט באקומען דאס וואס ער האט געוואלט .
צו לעבן מיט אזא אויפגעשטורעמטע טאטע אין איין הויז און נאך דערצו אהן קיין אנדערע פאמיליע מיטגלידער האט בלויז געברענגט דערצו , אז ענדי איז געווארן מער באהאפטן צו די אלקאהאלישע געטראנקען און אזוי האט ער אנגעפירט זיין הוילע לעבן , ווי א ריכטיגער אמאליגער פויער פון די אלטע מזרח אייראפע .
ס ' איז געווען מער פון איינמאל וואס ענדי האט שוין געמיינט , אז דאס איז עס און ער קען מער נישט דערהייבן די דעמאגאגישע
געשפרעכן פון זיין טאטע קעגן אידן , מיט זיינע גאר געמיינע אויסדרוקן , אז ער האט געטראכט פון אויסנוצן זיינע רעכטן אויף די פראפערטי און פארטרייבן פון דארט דעם צורידערטער טאטע , וואס פייניגט אים און הערט נישט אויף אים צו פארדרייען דעם קאפ .
אבער שטענדיג , האט ער זיך דערמאנט אין די פאקט , אז ער האט נישט קיין שום פאמיליע אויף די וועלט , נאר בלויז דעם איינעם מאדענעם טאטע און ער איז דערפאר גרייט צו ליידן ווייטער און אקצעפטירן זיין סיטואציע , אנערקענענדיג , אז עפעס איז נישט אין ארדענונג מיט אים און אזוי האבן זיי זיך איבער געבעטן און אויסגעגליכן .
די שטארקע פארבינדונג מיט די אלקאהאלישע געטראנקען האט אויך היבש געשאדט פאר ענדי און ער האט עטליכע מאל געמוזט אריין גיין אין שפיטאל צוליב פארשידענע קאמפליקאציעס וואס די אלקאהאל האט אנגעמאכט צו זיין געזונט צושטאנד . ביז ער האט זיך געלערנט א געוויסע לעקציע פון די ווארענונגען וואס די דאקטוירים האבן אים אנגעווארנט , אויב ער וועט ווייטער זיין אדיקטעט צו אלקאהאל .
ענדי האט דערפאר היבש נאכגעלאזט פון זיין צעדרייטן געוואוינהייט פון טעגליכע טרינקען און ער האט היבש פארמינערט זיין אלקאהאלישע געוואוינהייט און פרובירט צו טרינקען ווייניגער און אויב מעגליך האט ער זיך פרובירט איינצוהאלטן איבער די וואך און בלויז כאפן א געטראנק אין די וויקענדס און אזוי איז זיין קאפ עטוואס צוריק אקטיוו געווארן און ער האט געקענט טראכטן רואיגער און בעסער , איבער ווייטערע ביזנעס פלענער .
ס ' איז דורך עטליכע יאר פון סוקסעספולע פארעם ארבייט און געשמאקע פראדוקציעס , וואס האט אריין געברענגט שיין געלט און ענדי האט זיך גענומען אומקוקן אויף די ליידיגע באנגעלאוס וועלכע זענען געשטאנען פיסט אויף זיין פראפערטי .
ער פלעגט טאקע שיין שניידן די גראז יעדן זומער סעזאן און זיכער מאכן אז דאס
November 20 2024 SHOPPERS ROUTE 171