איבונגען צו טון אין בעט :
" כ ' בין שוין בעצם אויפגעשטאנען א האלבע שעה צוריק , אבער כ ' בין נאך אלס אין בעט . כ ' דארף זיך באמת געבן א שאקל . כ ' האב נאר נישט קיין געדולד ארויסצוקריכן פון דא ..." איר טרעפט זיך אפטמאל טראכטן די ווערטער ? קיין פראבלעם . אט איז א ליסטע פון גרינגע איבונגען וואס איר קענט טון נאך ליגנדיג אין בעט .
ליגנדיג אויף אייער רוקן , הייבט צוביסלעך אויף אייער רעכטע פוס אן איינבייגן די קני , ביז עס קומט ארויף בערך 45 דעגרי פון די בעט . לייגט געמיטליך צוריק אראפ די רעכטע פוס און גייט ווייטער מיט די לינקע ביז איר טוט עס מיט יעדע פוס בערך 5-10 מאל .
נאך אן אויסגעצייכנטע וועג זיך צו געבן א גוטע צי אויס איז די פאלגנדע איבונג : ליגט אויף אייער רוקן מיט אייערע קניען איינגעבויגן און אייערע פיס-פלאכן אויפ ' ן בעט . בייגט בלויז אראפ ביידע קניען צו אייער רעכטע זייט בשעת אייער אקסלען בלייבן רואיג אויפ ' ן בעט . איר קענט דאס נעמען צום קומענדיגן שטאפל דורך איינבייגן אייער קאפ צו די אנדערע זייט פון די קניען זיך נאכמער אויסצוציען . האלט אן די פאזיציע פאר 15-30 סעקונדעס און דערנאך טוישט אייערע קניען צו די לינקע זייט .
די פאלגנדע איז א גוטע אופן אויפצואוועקן אייערע אקסלען : ליגט אויף אייער רוקן אדער זעצט אייך אויף . שפרייט אויס אייערע הענט צו ביידע זייטן און ' מאלט ' קליינע קרייזן ( circles ) מיט אייערע הענט אן איינבייגן אייער עלנבויגן . די קרייזן זאלן צוביסלעך ווערן גרעסער און גרעסער ביז 30 סעקונדעס גייען דורך .
שוין אויפגעשטאנען ? אפאר גוטע אטעמען טיפס :
איר זענט שוין ארויסגעקומען פון בעט – וואס יעצט ? קודם כל , אטעמען .
וואס קען שוין טיפע אטעמען אויפטון ? די צאל וויפיל בענעפיטן אטעמען טיף און ריכטיג האט , לאזט זיך שווער גלייבן . עס העלפט אויפצולאזן ענקזייעטי , מאכט בעסער קענען פאקוס ' ן , נידערט סטרעס , פארבעסערט די אופן וויאזוי די לונגען ארבעטן , העלפט פארדייען די עסנווארג , בארואיגט די מוסקלען , פארבעסערט די אימיון סיסטעם , די נערוון סיסטעם און די בלוט סערקולאציע , מינערט יסורים און אויב האט איר געליינט די ליסטע ביז אהער זאלט איר נאר וויסן אז באמת גייט עס נאך ווייטער און ווייטער . אונטערשטע שורה : די מעלות פון אטעמען אויפ ' ן ריכטיגן וועג מאכן עס ווערד איינצופירן אויף זיך פאר אלע געלטער .
אטעמען אטעמען מיר סייווי – וויאזוי טוט מען עס אויפ ' ן ריכטיגן אופן ?
די ריכטיגע אופן פון אטעמען איז דורך אריינאטעמען דורך די נאז , אנפולן די גוף מיט לופט , און צוביסלעך ארויסאטעמען דורך די מויל .
צו אטעמען טיף און הנאה האבן פון די ' זייטן-ווירקונגען ', זעצט אייך אראפ אויף א בענקל , בעט , אדער שטייט אויף איין פלאץ . מאכט צו אייערע אויגן און אטעמט אריין טיף , שטייט , און רואיג – כאילו איר בלאזט אויף א באלאן אין זיך . האלט עס אן פאר איין-צוויי סעקונדעס און דאן אטעמט געמיטליך ארויס . טוט דאס איבער אפאר מאל ביז איר פילט זיך רואיגער און מער בכח .
November 20 2024 SHOPPERS ROUTE 153