איבונגען , איבונגען .
ח . גראס
גרינגע איבונגען
ווער טוט נאך איבונגען היינטיגע צייטן ?...
ווען די ליסטע פון בענעפיטן פון טון איבונגען הייבט זיך אן ביי פארבעסערן די אימיון סיסטעם און בלוט- סערקולאציע מישן זאפארט אלע אריבער צום קומענדיגן בלאט ...
לאמיר רעדן אונזער שפראך : איר ווילט פארלירן וואג ? אה , זיכער – כ ' ווייס נאר נישט וואו אנצוהייבן ... וואס זאגט איר צו לעבן דריי , פיר , אדער אפילו זיבן יאר לענגער ? ממש אזוי ?! און וואס איז אויב איינע די בענעפיטן וואס איבונגען ' ראפעלט ' אויס איז צו ווערן א רואיגערע מענטש , מ ' זאל פשוט פילן גוט מיט זיך און זיין מער פאזיטיוו צו די ארומיגע ? אה , דאס שוין יא ...
פארוואס זיץ איך אבער נאך אלס אויפ ' ן בענקל ? ווייל אז איך דארף אוועקגעבן אזא גאנצע שעה א טאג , ' האפן און פאפן ' ביז די נשמה קומט מיר ארויס , בלייבן charley horse פאר א וואך ... לוינט זיך מיר פשוט נישט די געשעפט .
זענט איר צו פארנומען צו צולייגן איבונגען צו אייער איבערגעפולטן סקעדואל ? האט איר נישט די כח צו קיין אומפראקטישע , אויסשעפנדע איבונגען ? זארגט נישט . עס זענען דא אפאר פיזישע אקטיוויטעטן וואס מ ' קען צולייגן צו די געווענליכן טאג וואס וועט געבן די בענעפיטן פון איבונגען אבער אייך לאזן א ביין אויף א ביין און נישט אלץ אויסגענוצטע שמאטע .
הער אויס : מען קען גרינג אריינשטופן אפאר איבונגען אינעם סדר היום ... אן טוישן די סדר היום . וויאזוי ארבעט דאס ? ליינט און האט הנאה ...
154 SHOPPERS ROUTE November 20 2024