בשעת ' ן פוצן די ציין :
בשעת ' ן פוצן די ציין זענען דא אויסגעצייכנטע איבונגען , אבער איר מוזט זיי נישט דווקא גרעניצן צו בלויז ווען איר פוצט אייערע ציין . די איבונגען קענען געטון ווערן בשעת ' ן וואשן געשיר , שניידן א סאלאט , ביגלען , ווארטן הינטער א לאנגע רייע , און סיי ווען איר שטייט אויף איין פלאץ .
שטייט מיט ביידע פיס אויף דער ערד , אבער לייגט אריבער אייער גאנצע וואג צו איין פוס . ווארט אפאר סעקונדעס און דאן טוישט צו די אנדערע פוס . צוביסלעך קענט איר פארלענגערן די צייט וואס איר שטייט אויף איין פוס .
אדער ' squat ט : דאס מיינט , שטעלט אייך פאר איר ווילט זיך אראפזעצן אויף א בענקל הונטער אייך . בייגט איין ביידע קניען כאילו איר זעצט זיך אראפ און זעט ווי לאנג איר קענט אנהאלטן אזוי . די איבונג איז מורא ' דיג פאר די – posture די אופן וויאזוי מיר שטייען , ס ' פארברענט אסאך פעטנס , און ס ' איז אויך באקאנט אז די סארט איבונג גיבט ארויס endorphins וואס זענען אונזער קערפער ' ס נאטירליכע אויפן פון הייבן די מוט . ( ס ' איז וויכטיג צו געדענקען די נקודה בשעת איר : squat האלט אייער רוקן גראד און אייערע קניען פונקט העכער אייערע פיס-פלאכן .(
נאך א גוטע איבונג איז צו שטיין אויף די שפיץ פינגער פאר אפאר סעקונדעס און דאן צוביסלעך צוריקגיין צו נארמאל . טוט דאס איבער אפאר מאל . אדער פארקערט : הייבט אויף די פארנט פון אייערע פיספלאכן , ד . מ . שטייט בלויז אויף אייער , heel פאר אפאר סעקונדעס און דאן לייגט צוביסלעך צוריק אראפ אייערע פיס- פלאכן .
ווען איר גייט דורך אייער טאג , וועט איר זיך אנטרעפן מיט אומצאליגע געלעגנהייטן ווען איר האט די ברירה אדער צו בלייבן זיצן אויפ ' ן סאפע , אדער אריינצוכאפן אפאר מינוט פון איבונגען .
בשעת איר רעדט אויפ ' ן פאון ...
שפאצירט ארום די הויז אדער ארום א טיש .
איר קענט אדער ארויפגיין מיט ' ן עלעוועיטער . אדער מיט די שטיגן .
מיט די שטיגן .
אויב זיצט איר א גאנצן טאג ביי א
קאמפיוטער ...
שטעלט אייך אויף און ציט זיך אויס . ווען איר ווילט עפעס זאגן פאר א קאלעגע , גייט פיזיש אריבער צו יענעם ' ס טישל .
ווען איר ווילט שמועסן מיט
א שוועסטער / ברודער / קינד ...
גייט ארויס אין גאס און כאפט א גוטן שפאציר צוזאמען .
אנשטאט נוצן אייער גאנצע lunchbreak צו בלייבן זיצן ביי אייער טישל ...
גייט ארויס און כאפט א שנעלע שפאציר אינדרויסן אדער שפאצירט ארום אייער ארבעטס פלאץ .
גראסערי טיפס :
וואס יעצט ? ' באשטעלן פיש פאר שבת ' שטייט אויף אייער ליסטע . אויב האט איר שוין פארגעסן אז פיש קומט באמת אן צו א געשעפט איידער עס קומט אן צו אייער טיר איז צייט זיך עס יעצט צו דערמאנען . אודאי נעמט באשטעלן א פערטל פון די צייט ווי גיין צום געשעפט , אבער אויב איר האט נאך כמעט נישט שפאצירט אויף די גאס די וואך און איר ווילט ארויסשניידן א האלבע שעה פון אייער טאג כדי צו באקומען די געוואלדיגע בענעפיטן פון שפאצירן , איז עס ווערד אלע געלטער . פשוט , גייט אריבער צום פיש געשעפט / פלייש געשעפט / גראסערי – איר ווייסט וויפיל טובות איר וועט זיך טון דערמיט ?
א שנעלע 30 מינוטיגע שפאציר פארברענט 200 קעלאריעס און פארשער האבן אויפגעוויזן אז אפילו בלויז א 15 מינוטיגע שפאציר מינערט שטארק – cravings איר וועט ציען צו ווייניגער טשוקלוד און זיסווארג .
אויב זוכט איר נישט דווקא צו פארלירן וואג , ליינט ווייטער : א 20 מינוטיגע שפאציר א טאג רעדוצירט דראסטיש די ריזיקע צו ווערן פארקילט אדער באקומען די פלו , פארמיידט קענסער און נידערט די צוקער אין די בלוט . אפילו בלויז אן 11 מינוטיגע שפאציר א טאג פארלענגערט א מענטש ' ס לעבן !
152 SHOPPERS ROUTE November 20 2024