11 20 24 | Page 151

בשעת איר גייט אין גאס , פרובירט צו שפאצירן שנעל . וויאזוי ווייס איך צו איך שפאציר גענוג שנעל ? אויב איר קענט נאך רעדן , אבער איר קענט נישט זינגען די ווערטער צו א ניגון איז דאס די פאסיגע שנעלקייט . ס ' איז וויכטיג צו געדענקען אז אפילו אויב איר שפאצירט נישט אזוי שנעל , צ . ב . אויב איר גייט מיט א קינד , איז עס נאך אלס אזויפיל מאל בעסער ווי בלייבן זיצן אין קאך און עס באשטעלן אויפ ' ן טעלעפאן .
זאגט אפ אייער גוי ' טע !
אויפגאבע
אויפקערן / וואקיום ' ען
לייכטערהייט אפוואשן א קאונטער , טיש . א . ד . ג
מאפ ' ן דער ערד
וואס זענען די פיזישע בענעפיטן דערפון ?
פארבעסערט די הארץ-‏ ראטע , פארבעסערט דעם באלאנס , ארבעט אויס די פיס מוסקלען און בארואיגט דעם מענטש ווייל ס ' איז די זעלבע באוועגונג די גאנצע צייט .
פארשטערקערט די מוסקלען אין די אקסלען , ארעמעס , הענט און רוקן און ארבעט אויס די בויגזאמקייט אין די אקסלען , עלנבויגנס , און האנט-געלענקן .
עס פארשטערקערט ממש יעדע מוקסל אינעם גוף , פארבעסערט די ( posture די אופן וויאזוי מיר שטייען (, און פארשטערקערט ספעציעל די פיס .
וויפיל קעלאריעס פארברען איך דורך דעם ?
180-250 קעלאריעס א שעה
100-150 קעלאריעס א שעה
200-300 קעלאריעס א שעה
נע , נישט ממש , אבער הערט נאר וויפיל בענעפיטן איר באקומט דורכ ' ן טוישן בעטגעוואנט אדער וואשן דער ערד .
אויב טוט די גוי ' טע יא אסאך אויפגאבעס אינדערהיים , נעמט איר אבער איבער מיט געוויסע אויפגאבעס אז איר זאלט כאטש באקומען די איבונגען דערפון . ... און אויב זענט איר נישט אזוי מזל ' דיג צו האבן א גוי ' טע אינדערהיים ... זענט איר גראדע
גאנץ שטארק מרוויח דערפון .
וואשן פענסטערס - ווענט
טוישן בעטגעוואנט
שטארק רייבן א , stovetop אויוון
א . ד . ג ., אויסרייבן א ביה '' כ א . א . וו .
עס פארבעסערט דעם באלאנס , פארשטערקערט די ארעמעס , די אקסלען , און די הענט און גיבט א געוויסע געפיל פון סיפוק וואס פארבעסערט דעם מוט .
פארשטערקערט די מוסקלען אין די ארעמעס , און אין די פיס . און פארבעסערט די . posture
פארשטערקערט אסאך מוסקלען , ספעציעל אויב מען דארף זיך שטארק אראפבייגן און איז א גוטע אויפן וויאזוי אויסצוגעבן סטרעס .
150-200 קעלאריעס א שעה
100-150 קעלאריעס א שעה
200-300 קעלאריעס א שעה
~ איבונגען , ספעציפיש לייכטע aerobic איבונגען אזויווי שפאצירן שנעל אדער טאנצן לייכטערהייט , מאכט א מענטש מער שעפעריש . די גאניאלסטע איינפעלער קומען אויף דווקא אינמיטן שפאצירן אויפ ' ן גאס ! ~ ווען א מענטש שטייט פארברענט ער 50 % מער קעלאריעס ווי ווען ער זיצט . ~ לאכן ווערט גערעכנט אלס פאסיגע איבונגען ... ~ אז א מענטש טוט איבונגען אויף א כסדר ' דיגע פארנעם קען זיין הארץ ווערן א גרעסערע מאס ...
~ איין פון יעדע דריי מענטשן וועלן ענדערש אויסוועלן א דרימל אנשטאט טון איבונגען . ( און אפן גערעדט , קען מען זיי דען באשולדיגן ?...(
~ שטודיעס צייגן אז א געווענליכע מענטש וועט פארברענען 2.5 קעלאריעס א מינוט בשעת ' ן באשליסן וועלכע איבונגען צו טון .
~ ס ' איז באקאנט אז אויב וואלטן מאראטאן-לויפער נישט געקענט אויסזאגן פאר קיינעם אז זיי זענען געלאפן , וואלטן בלויז 10-15 % פון זיי אנטיילגענומען אין דעם מאראטאן ...
November 20 2024 SHOPPERS ROUTE 151