שפילט מיט אייערע קינדער
די סך הכל ענערגיע וואס א קינד האט איז א שם דבר . וויאזוי זיי קענען טאנצן אויף בעטן פאר א האלבע שעה אין א צי , שפילן קעטש און ' גלחים לויפטס ' אונטער די הייסטע זון און שפרינגען אונטער בשעת ' ן איבערדערציילן אפילו די פשוט ' סטע געשעענישן ?...
שפילט סיי וואספארא געים מיט די קינדער כאטש איינמאל א טאג . שפילט באהאלטן , קעטש , באל ( מיט א הארטע באל אינדרויסן און מיט א ווייכע אינדערהיים (, האפסקאטש , שטריק , ראבבער , און אפילו פארמעסטן ווער ס ' קען די שנעלסטע לויפן צו די אנדערע עק הויז .
איר וועט נתפעל ווערן וויפיל פיזישע אקטיוויטעט ס ' גייט אריין אין רוב קינדערישע שפילן . חוץ מזה , דאס איז טאקע נישט קיין חינוך ארטיקל , אבער איר קענט אליין ' טון די מאטעמאטיק ' וואס אזא שפיל קען אלס אויפטון . לויפט און טאנצט זיך אויס אינאיינעם מיט אייערע קינדער און אלע וועלן הנאה האבן .
א פינף מינוטיגע workout
איך וויל זיך יא טון די טובה און זיך אפשטעלן פאר כאטש פינף מינוט א טאג מאכן איבונגען . וואס טו איך אין די פינף מינוט ?
די פאלגנדע איז א גרינגע פינף-מינוטיגע workout וואס איר קענט טון סיי ווען אין טאג . אויב האט איר צייט פאר מער אדער שווערערע איבונגען , וועט זיך עס אודאי לוינען , אבער אויב האט איר נאר פינף מינוט און איר ווילט דווקא אז ס ' זאל זיין גרינג , איז די workout פאר אייך .
קוקט אויפ ' ן זייגער , און הייבט אן ביי די ערשטע איבונג . יעדע איבונג דארף מען נאר טון פאר בלויז איין מינוט . ווען די מינוט איז געענדיגט , גייט ווייטער צו די נעקסטע .
TIDBITS :
~ בערך 50-70 קעלאריעס ווערט פארברענט א שעה בשעת א מענטש שלאפט . ~ פאר יעדע 10 פונט פון מוסקל וואס א מענטש לייגט צו צו זיין גוף , וועט ער פארברענען נאך 50 קעלאריעס א טאג – אפילו אויב ער זיצט אויף איין פלאץ .
~ שטודיעס האבן אויפגעוויזן אז איבונגען ארבעטן קעגן דעפרעסיע אפילו בעסער ווי מעדעצינען !
~ טאנצן – dance ' ן – וועט פארברענען 200-400 קעלאריעס א שעה .
~ דאס אז מענטשן זיצן א גאנצן טאג קאסט פאר די גלאבאלע עקענאמיע 67.5 ביליאן דאלער א יאר צוליב קראנקהייטן וואס זענען פארבינדן מיט דעם אז מענטשן רירן זיך נישט גענוג , און ס ' ווערט געשאצט אז ביז , 2030 וועלן די קאסטן גרייכן צו 300 ביליאן דאלער א יאר .
~ % 80 אמעריקאנער וואס האבן מעמבערשיפ אין א gym נוצן עס ניטאמאל ... ~ פארשער שרייבן אז ווען מענטשן וואלטן געטון מער איבונגען וואלטן א מיליאן אמעריקאנער געקענט בלייבן לעבן לענגער !
150 SHOPPERS ROUTE November 20 2024