11 20 24 | Page 149

Jumping Jacks ווי לאנג : פאר איין מינוט
וויאזוי : הייבט אן מיט ביידע פיס איינס לעבן אנדערע און אייערע הענט ביי די זייטן . שפרינגט ארויף בשעת ' ן אויסשפרייטן די פיס און ברענגט ארויף אייערע הענט איבער די קאפ , דערנאך טאנצט צוריק צו די אנהייב פאזיציע .
טיפ : אויב ווילט איר נישט ממש שפרינגען , שטעקט ארויס איין פוס אויפאמאל צו די זייט אנשטאט טאנצן .
מארשירן אויפ ' ן פלאץ ווי לאנג : פאר איין מינוט
וויאזוי : שטייט גראד און מארשירט ווי א סאלדאט אויפ ' ן פלאץ . הייבט אויף אייערע קניען אזוי הויך ווי ס ' איז אייך באקוועם און טוישט פון איין פוס צו די צווייטע . שאקלט אייערע הענט כדי זיך בעסער צו קענען באלאנסירן .
טיפ : מאכט זיכער אז
אייער
בשעת
גראד
איז
רוקן
מעשה .
לויפן אויף איין פלאץ ווי לאנג : פאר איין מינוט
וויאזוי : מאכט די באוועגונגען כאילו איר לויפט , אבער בלייבט אויף איין פלאץ . ברענגט ארויף אייערע קניען און שאקלט אייערע הענט צום טאקט כדי אויפצוהייבן אייער הארץ ראטע .
טיפ : אויב לויפן איז אביסל צו שווער , קענט איר לייכטערהייט מארשירן אדער ' jog ן .
טריט צו טריט ווי לאנג : פאר איין מינוט
וויאזוי : מאכט א טריט מיט אייער רעכטע פוס צו די רעכטע זייט און דאן ברענגט אייער לינקע פוס צו די רעכטע פוס . יעצט מאכט א טריט מיט אייער לינקע פוס צו די לינקע זייט און ברענגט אייער רעכטע פוס צו אייער לינקע פוס . איר
וויכטיג ! טרינקט א פולע גלאז וואסער פאר יעדע -10 20 מינוט פון איבונגען כדי נישט צו ווערן אויסגעטריקנט .
קענט מיטשאקלען אייערע הענט אויב איר ווילט .
טיפ : האלט גראד אייער רוקן און טוט די איבונג ווי שנעל ס ' איז אייך באקוועם .
סקיפ ' ן אויפ ' ן פלאץ ווי לאנג : פאר איין מינוט
וויאזוי : שטעלט אייך פאר איר האט א שטריק ( וואס מען שפילט מיט ) אין אייערע הענט און ' שפרינגט שטריק ' כאילו די שטריק איז טאקע דא .
טיפ : איר דארפט נישט טאנצן צו הויך אדער צו שטארק . פאקוס ' ט נאר אז אייער רוקן זאל בלייבן גראד און אז איר טאנצט / סקיפט לייכטערהייט .
טיפס צו פארגרינגערן די workout : הייב אן שטייט : אויב איר הייבט יעצט אן מיט די פינף מינוטיגע
, workout זארגט זיך נישט אויב איר לויפט אדער שפרינגט צו שטייט . פאקוס ' ט אויף באוועגן אייער קערפער און אז איר ווערט באקוועם מיט די באוועגונגען .
שטעלט אייך אפ פאר א מינוט אויב איר דארפט : אויב פילט איר ווי איר מוזט זיך אפרוען פאר אפאר סעקונדעס בשעת סיי וועלכע איבונג , איז דאס הונדערט פראצענט אקעי . הייבט אן נאכאמאל ווען איר זענט ווידער גרייט
האלט א גוטן : posture שטייט אלעמאל גראד און מאכט זיכער צו נוצן אייער גאנצע קערפער צו פארמיידן רוקן אדער פיס ווייטאג .
און געדענקט : דער עיקר איז עס צו מאכן בקביעות . כאטש די איבונגען זעען אויס , און זענען , גרינג און געשמאק צו טון , פארשטערקערט עס די הארץ , נידערט סטרעס אויף אן אויסערגעווענליכן פארנעם , און איז גוט פאר ' ן מאטעבאליזם . מיט די צייט , אויב טוט איר דאס אפאר מאל א וואך , וועט אייער קערפער אייך שטארק דאנקבאר זיין דערפאר ...
November 20 2024 SHOPPERS ROUTE 149