11 20 24 | Page 148

ח . גראס

אלעס ארום איבונגען

כ ' בין געווארן אזוי Charley
!... horse וואס צו טון דערוועגן : איר האט זיך ענדליך גענומען די מי ארויפצושארן די ארבל און טון די שעה פון איבונגען צוויי מאל א וואך , אבער די קומענדיגע צופרי טרעפט איר זיך שוואך ווי א פליג און אלע אייערע מוסקלען טוען אייך וויי . די גוטע טעם פון טון איבונגען איז אייך שוין כמעט פארגאנגען ... מיר רופן עס charley
, horse אבער באמת איז charley horse א פלוצלימע , שארפע יסורים אין א מוסקל – רוב מאל אין די פוס – וואס האלט אן פאר בלויז איין-צוויי מינוט .
די סייענטיפישע טערמין פאר די ווייטאג וואס מיר שפירן א טאג-צוויי נאכ ' ן טון איבונגען איז באקאנט אלס DMOS – Delayed Onset
. Muscle Soreness עס אנטוויקלט זיך געווענליך 12-48 שעה נאכ ' ן אויספרובירן נייע איבונגען אדער נאך פיזיש שווער ארבעטן . עס פאסירט ווייל די מוסקל האט באקומען מייקראסקאפישע ריסן צוליב אומבאקאנטע באוועגונגען וואס עס האט געטון . פארלירט נאכנישט אייער אפעטיט פון טון איבונגען ! עס איז עפעס וואס פאסירט רוב מאל נאר אין אנהייב און איר וועט נאך איין טאג מאכן איבונגען רואיגערהייט און באקוועמערהייט .
ס ' הערט זיך אומ ' יושר ' דיג אז די באלוינונג פאר שווערע איבונגען איז יסורים אבער פאקטיש , ווייזט DMOS אז איר האט יא געטון די ריכטיגע איבונגען נעכטן ... דאס מיינט אז אייערע מוסקלען געוואוינען זיך יעצט צו צו ארבעטן שווערער .
איין גוטע עצה צו פארגרינגערן DMOS איז אריינצוגיסן א גלאז עפסאם זאלץ אין א ווארעמע וואנע . די מאגניזיום דערין וועט העלפן אויסברייטערן אייערע אדערן אזוי ארום צוברענגען א שנעלערע ערהוילונג . איר קענט אויך קויפן ספעציעלע מאגניזיום
זאלץ אבער ס ' איז דריי מאל די פרייז און ס ' איז בערך די זעלבע זאך . דערפאר , קויפט עפסאם זאלץ – וואס איז נישט צו טייער און ארבעט וואונדערבאר .
אדער , אויב זענט איר באמת געוואגט ( ד . מ . איר האט אזויפיל יסורים אז איר וועט זיך וואגן צו טון אלעס ...(, קענט איר זיצן אין א קאלטע וואנע פאר אזוי לאנג ווי איר קענט אויסהאלטן די קעלט . פראפעסיאנעלע ספארט-שפילער נוצן אייז און קאלטע וואנעס אלס רפואה פאר די סארט ווייטאגן .
מאסאנדשירט די ווייטאג מיט אייערע הענט אדער מיט א ספעציעלע כלי דערפאר .
עסט בהמה פלייש , ספינעטש , זיסע קארטאפל און רויטע פעפערס . דאס זענען אויסערגעווענליך ווען איר ווילט אויסהיילן אייערע מוסקלען .
די וויכטיגקייט פון זיך ' אנווארעמען ' ( טון ) warm-ups איידער איר הייבט
אן אינטענסיווע איבונגען : איר ווילט לויפן / טאנצן / זיך שטארק אויסציען ? הייבט אן מיט ' ן זיך ' אנווארעמען ' – זיך אביסל אויסציען , ארומשפאצירן שטייטערהייט , טון זייער לייכטע aerobics אזויווי מארשירן לייכטערהייט א . ד . ג ..
עס וועט אויסברייטערן אייערע אדערן וואס
148 SHOPPERS ROUTE November 20 2024