דאס מאכט אז עס זאל אנקומען גענוג אקסידשען צו אייערע מוקסלען . עס מאכט אויך אז א מענטש זאל זיך בעסער קענען בייגן , באלאנסירן און בכלל בעסער קענען פונקציאנירן .
א סורוועי האט אויפגעוויזן אז אזויפיל ווי 79 % מענטשן האבן געענטפערט אז זיי האבן פיל בעסער געקענט מאכן זייערע איבונגען נאכ ' ן זיך אנווארעמען קעגן ווען זיי הייבן גלייך אן מיט די איבונגען אליין .
אפאר גוטע טיפס : זיך אנווארעמען זאל נעמען בערך 5-10 מינוט . ווי מער אינטענסיוו די איבונגען זענען , אלס לענגער זאלט איר זיך אנווארעמען .
סיי וועלכע אקטיוויטעט וואס איר פלאנט צו טון , טוט עס אויף א שטייטערע פארנעם . צ . ב . אויב איר ווילט לויפן , שפאצירט שטייטערהייט , אויב איר פלאנט צו שווימען , רוקט אייך אביסל ארום אין די וואסער איידער איר הייבט אן אאוו .
מיר טוען איבונגען ... אן כאפן אז מיר טוען עס . אך און וויי אויב מיר בלייבן מיט יעדע קעלאריע וואס מיר נעמען אריין ... אפילו אויב איר זיצט ארום א גאנצן טאג , וועט איר געווענליך פארברענען
1,300 קעלאריעס א טאג – און מן הסתם מער . אונזער גוף טוט איבונגען אן דעם וואס מיר כאפן עס אויף . אונזער הארץ , מח , נירן , לעבער א . א . וו . ארבעטן ביטער שווער פשוט אונז צו דערהאלטן ביים לעבן . און די איבונגען פארברענען אסאך קעלאריעס אזוי אויך .
וואס איז אויב איך ריר זיך יא ארום אביסל ?
איך בין א פארנומענע מאמע / לערערין / מלמד / אפיס ארבעטער . איך טו נישט קיין איבונגען . ... אדער אפשר יא ?
א מאמע , ספעציעל מיט אסאך קליינע קינדער , וועט אויטאמאטיש טון אסאך פיזישע אקטיוויטעטן . זי וועט אויפהייבן , אראפלייגן , נאכרוימען , האלטן , שאקלען , פיטערן און נאך אסאך אסאך . א געווענליכע מאמע וועט פארברענען 2,500 קעלאריעס א טאג בלויז פון זיין פארנומען מיט די קינדער .
א אינגערמאן אין כולל אדער א בחור אין ישיבה וועט געווענליך פארברענען נאך 15-30 קעלאריעס א שעה ווייל דער מח איז שטארק אנגעשטרענגט און וועט דערפאר פארברענען מער קעלאריעס ווי ווען די זעלבע אינגערמאן וועט סתם ליינען אדער הערן מוזיק .
אן אפיס ארבעטער וועט געווענליך פארברענען
1,500-2,000 קעלאריעס א טאג , אבער איר קענט צולייגן נאך אביסל געוואנדן אין וואס איר טוט . אויב טוט איר עפעס וואס פאדערט אסאך מחשבה , אזויווי programming , accounting אדער סיי וועלכע פאסטן מאכט אייך טראכטן אסאך , קענט איר צולייגן נאך 20-40 קעלאריעס א שעה . אויב אייער ארבעט פאדערט פון אייך אז איר זאלט רעדן מיט מענטשן אויפ ' ן פאון אדער פערזענליך , קענט איר צולייגן 20-30 קעלאריעס וואס איר פארברענט א שעה – אודאי געוואנדן אין וויפיל כוחות ס ' גייט אריין אין די שמועס .
א לערערין אדער מלמד וועט געווענליך פארברענען נאך 60-100 קעלאריעס א שעה בלויז פון שטיין אין פארנט פונעם קלאס און רעדן . אודאי ווענדט זיך דאס אין וועלכע עלטער די קינדער זענען – יונגערע קינדער פאדערן אסאך מער פיזישע אקטיוויטעט ווי עלטערע . דערפאר קען א לערערין / מלמד פארברענען 100-150 קעלאריעס א שעה אויב דארף מען ארומגיין די צימער , אנווייזן / אויסטיילן פאר יעדע קינד עקסטער ...
טייערע ליינער ! מיר ווילן הערן פון אייך . וויפיל איבונגען טוט איר א וואך ? זענען איבונגען בכלל א חלק פון אייער סקעדואל ?
- איך טו איבונגען בקביעות . - יעצט בין איך צו פארנומען / פויל / כח ' לאז צו טון
איבונגען , אבער איך האף נאך איין טאג אנצוהייבן .
- ס ' איז נישט אויף מיין סקעדואל יעצט , עס איז נאך קיינמאל נישט געווען אין סקעדואל און וועט קיינמאל נישט זיין .
סורוועי !
רופט אונז אריין מיט אייער ענטפער . 718-599-3444x3
און מיר וועלן פארעפנטליכן די פראצענטן קומענדיגע וואך אי '' ה .
November 20 2024 SHOPPERS ROUTE 147