11 20 24 | Page 146

א פארהער אויף דיין כאראקטער :
איבונגען ווייזט אויף פערזענליכקייט . אפילו אויב איר טוט ( נאכ ) נישט קיין איבונגען , ענטפערט די שאלות כאילו איר וואלט עס יא געטון – ס ' איז אינטערעסאנט צו זען וועלכע סארט איר זענט לויט וויאזוי איבונגען רעדט צו אייך ...
וואס וואלט מיר געמאכט זיך אויפשטעלן און ווילן אנהייבן טון איבונגען ?
א : ווען איך הער גוטע מוזיק ב : ווען איך שטיי פאר אן ענדלאזע וואסער
ג : ווען אלע מיינע חבר ' טעס באשליסן צוזאמען יעצט אנצוהייבן
ד : ווען איך זע זיך פאר ריזיגע בערג
ה : ווען איך האב א משפחה מיטגליד נעבן זיך וואס וועט זיך פארמעסטן מיט מיר
פארוואס זאל איך אנהייבן טון איבונגען ?
א : ווייל איך וויל גרייכן די צילן וואס איך האב זיך געמאכט און איך וויל ווערן שטערקער
ב : איך וויל קענען זיין מיט זיך אליין און קענען טראכטן בשעת ' ן טון
ג : איך וויל מאכן נאך חבר ' טעס און האבן אסאך פאן
ד : איך האב ליב צו פילן די אדרענאלין – די קוואל פון ענערגיע וואס פליסט אריין אין מיר
ה : ווייל איך בין אנגעצויגן און איך וויל אויסלאזן מיין סטרעס אויף עפעס
ווען איך טו איבונגען , וואס מאך איך זיכער צו האבן מיט זיך ?
א : איך האב א מעסטער וואס מעסט וויפיל טריט איך לויף אדער וויל קעלאריעס איך פארברען
ב : א ספעציעלע ' מעט ' אז איך זאל זיך נישט וויי טון
ג : נייע קליידער זיך אנצוטון ווען איך ענדיג ד : ספעציעלע סניקערס ה : וויטאמינען וואס וועלן מיר שטארקן
ווען איך וויל טון איבונגען צוזאמען מיט איינעם , ווער וועט די ' איינעם ' זיין ?
א : א ספעציעלע מענטש וואס וועט מיר ווייזן וויאזוי צו טון איבונגען
ב : ווער וויל דען טון איבונגען ' צוזאמען ' מיט
נאך איינעם ?! ג : מיינע חבר ' טעס ד : די הימל און דער ערד ה : איין גוטע פריינט
ווען איך ענדיג טון איבונגען , וואס וועל איך טון זיך אויסצובלאזן ?
א : עסן א פראטעין באר ב : איך וועל עסן א ווארעמע טעלער זופ ג : איך וועל רעדן אויפ ' ן פאון מיט איינעם
ד : איך וועל ליינען אן אינטערעסאנטע בוך / טון אן אינטערעסאנטע זאך
ה : איך וועל טרינקען א פרוכט smoothie
וועלכע ווערטל וועט דיר מאכן טון איבונגען ? א , ב , ג : אז ס ' איז דא א ווילן איז דא א וועג
ד , ה : איבונגען טוט מיר די גרעסטע טובה – און כ ' האב ליב זיך צו טון טובות ...
אויב רוב פון אייערע ענטפערס זענען ... א : איר שעפט חיות פון פארמעסטונגען און סוקסעס . איר האט ליב ווען עפעס קומט אייך אן שווער אבער ברעכט עס דורך צום סוף . איר וועט די בעסטע ארבעטן אויב איר האט א גוטע פלאן פון פאראויס : צ . ב . איך וויל פארלירן וואג , אדער איך וויל ווערן שטערקער .
ב : איר זענט א טיפע טראכטער און האט ליב צו זיין אליין . איר האט ליב ווען זאכן פארן אויפ ' ן געווענליכן סקעדואל און ווען איר האט צייט צו טראכטן און שמועסן מיט זיך אליין .
ג : איר מאכט נייע חבר ' טעס גרינגערהייט און האט שטארק ליב צו זיין ארומגענומען מיט אסאך מענטשן . ווען עס קומט צו איבונגען איז די גאנצע סיבה פארוואס איר טוט עס נאר צו זיין ארומגענומען מיט מענטשן און האבן פאן און קענען לאכן און שמועסן איז נאך וויכטיגער ווי די איבונגען אליין ...
ד : איר זענט א גרויסן מחדש און איר האט א שטארקע געברויך צו אויסטרעפן נייע וועגן , נייע מעטאדן , און חידושים בכלל . איר האט נישט מורא פון אומבאקאנטע שוועריגקייטן און איר וועט הנאה האבן צו זיין אינדרויסן און זיך אנפולן מיט ענערגיע .
ה : איר האט שטארק ליב פארמעסטונגען און איר זענט שטארק צופרידן מיט זיך ווען איר זענט מצליח . איר האט רוב מאל ליב צו זיין מיט זיך אליין און טון וואס איר אליין האלט פאר ריכטיג צו טון . איר זענט א שטארקע מענטש בכלל און איר וועט געווענליך נאכקומען אייערע צילן .
146 SHOPPERS ROUTE November 20 2024