If you won ’ t make time for your wellness , you might have to make time for your illness .
שווייס וואס מען גיבט ארויס . מען ווערט פטור פון באצילן וועלכע וואלטן זיך אנגעזאמלט אין דעם קערפער און מעגליך קראנק געמאכט ; עס היט באמת אפ פון פארשידענע קרענק , און אויף דעם זענען פארהאן טויזנטער שטודיעס און אלע דאקטוירים זענען איינשטימיג דערוועגן . טון איבונגען איז א געוואלדיגע וועג אויסצופירן " ונשמרתם מאוד לנפשותיכם ".
די בענעפיטן דערפון זענען באמת אומבאשרייבליך !
זענען מח איבונגען ווי
Sudoku puzzles אויך ווירקזאם פאר די מח אזוי ווי פיזישע איבונגען ?
איך וועל ארומטוישן די שאלה . ווען מען טוט איבונגען ווערט די מח שארפער און קלארער , און דאן קען מען גרינגער לעזן רעטענישן ..
וויאזוי מאכט מען עס ארבעטן ? איז עס נישט שווער זיך ארויסצוזען פונדערהיים אינמיטן די טעגליכע פארנומענקייט ?
דאס זאגן נאר די וואס האבן עס נאכנישט פרובירט . ווען מען דרייעט זיך פון איין עק הויז צום אנדערן און פון איין טעלעפאן רוף צום צווייטן קען מען טאקע
נישט טרעפן קיין איבריגע מינוט אין טאג . נאך איידער מען גיבט זיך א ריר זענען די קינדער שוין אינדערהיים און דערווייל איז די נאכטמאל נאך ווייט פון גרייט , די ליסטע פון פליכטן איז נאר געוואקסן , און מען מען שפירט זיך ליידיג און אומבאפרידיגט .
א קערפער וואס איז נישט פיזיש אקטיוו קען פשוט נישט טון דאס וואס עס דארף !
איבונגען גיבט מער צייט , נישט פארקערט . איינמאל מען פאנגט אן טון עקסערסייז ווערט דער מח אויפגעפרישט , דער קערפער אויפגעלעבט , און מען יאגט אן מער ווי מען האט אמאל גע ' חלום ' ט אז מען קען .
וואס טוט איר אויב איר טרעפט זיך צופרי פארקילט אדער
" אונטער די וועטער "?
עס מאכט זיך נישט צו אפט אז איך זאל אפרופן א קלאס דערפאר – דער אויבערשטער זאל ווייטער העלפן – ווייל איך האב זיך שוין איבערצייגט אז די איבונגען ווירקן אויף די געזונט . עס וועט זיין שווער אנצוהויבן , אבער איינמאל דער קערפער נעמט זיך רירן שפירט מען ווי א נייע מענטש !
ווען מען ליגט אין בעט מיד און קראנק גיבט מען ממש נישט קיין הילף פאר די קערפער זיך צו היילן . יא , מען טרינקט א טיי ,
מען נעמט וויטאמינען ; זייער פיין , אבער דאס איז נישט גענוג . ווען מען רירט זיך אביסל אוועק פון די זעלבע נעבעכדיגע פאזיציע און מען הייבט אן ווערן אקטיוו עפנט זיך אויף די אנגעלייגטקייט און די בלוט ווערט לעבעדיג . עס נעמט נישט לאנג ביז מען שפירט זיך אינגאנצן גוט !
איך ווייס אז עס הערט זיך אביסל אומגלויבליך , אבער איך רעד פון עקספעריענס .
לייגט אונז אביסל אראפ וויאזוי די קלאסן זעען אויס .
עס זענען דא אלע מיני קלאסן ; איך וועל דיר פארשטעלן די פרויען קלאסן .
נאכדעם וואס מאיז באקוועם , איז מען גרייט אנצופאנגען !
דאן דארף דער – instructor וואס איז רוב מאל איך – אנצינדן די מוזיק , רעדן , אנווייזן וואס צו טון , און ארומגיין מאכן זיכער אז יעדער טוט די עקסערסייז ריכטיג . ס ' איז זייער וויכטיג צו טון אלעס פינקטליך וויאזוי מען דארף ווייל אז נישט קען מען זיך וויי טון , און ס ' איז מיין אחריות אז קיינער זאל נישט ארויסגיין געשעדיגט , אפילו מילדערהייט . איך דארף מאכן זיכער אז די סעסיע פארט ווי עס דארף צו זיין און אז יעדער נעמט ארויס דאס מערסטע וואס ס ' איז שייך .
136 SHOPPERS ROUTE November 20 2024