א שמועס מיט : Shape Bounce n ’
מ . רייך
א שמועס מיט : Shape Bounce n ’
" אטעם אריין ... אטעם ארויס ... מיר הייבן אן !"
דערשרעקט אייך נישט , דאס איז נישט קיין מיליטערישע באזע . מיר האבן פשוט אריינגעבליקט אין די איבונגען צענטער פון
, Bounce n ’ Shape א היימישע און חסידישע עקסערסייז צענטער צוגעשטעלט פאר די וויליאמסבורגער איינוואוינער . אט האבן מיר געכאפט מרת . אבערלענדער , די גרינדער און הויפט , instructor וועלכע באוויליגט צו ענטפערן אונזערע שאלות .
ווען און פארוואס האט איר געעפנט ? Bounce n ’ Shape
איך האב קיינמאל נישט געפלאנט צו עפענען עקסערסייז קלאסן ; ס ' איז פשוט געשען . איך האב געזען די פאזיטיווע ווירקונג וואס טון איבונגען האט געהאט אויף מיין אייגענע לעבן און איך האב זיך צוביסלעך אריינגעדרייט אין דעם פעלד דורך מענטשן וואס האבן מיר געבעטן הילף , סיי דורכאויס די קלאסן אין וועלכע איך פלעג אנטיילנעמען און אויך פריוואט . איך בין געווען ערפארן , און איך האב אלעמען גערן ארויסגעהאלפן .
צוביסלעך האבן פרויען אנגעהויבן בעטן איך זאל אנפירן פריוואטע גרופעס , און ווען איך האב געזען אז עס הויבט אן ווערן ערנסט האב איך זיך אינגאנצן אריינגעלייגט דערין . איך האב געזאמלט מער אינפארמאציע און גענומען עטליכע קורסעס , און די רעשט איז היסטאריע , ווי מ ' זאגט ...
וועלכע סארט מענטשן באטייליגן זיך אין אייערע קלאסן ?
אלע סארט . מיידלעך , ווייבלעך , מאמעס , באבעס ... ס ' זענען דא וואס קומען גלייך צופרי אנצוהייבן זייער טאג מיט א פרישקייט ; אנדערע קומען צו פארלירן וואג אדער צו שטארקן דעם קערפער ; עס זענען דא וואס קומען צו העלפן זייער עמאציאנעלע רעגולאציע , און
פילע קומען סתם פאר פאן און פאר די פאזיטיווע טויש וואס עס מאכט אין זייער לעבן .
עס העלפט טאקע פאר עמאציאנעלע שוועריגקייטן ?
זיכער ! איך פרעג קיינעם נישט צוליב וואס זיי קומען , אבער עטליכע קליענטן האבן מיר מיטגעטיילט אז די איבונגען האבן געהאלפן קאנטראלירן זייערע פאניק אטאקעס אדער ענקזייעטי . ס ' איז זייער פשוט וויאזוי עס ארבעט : Endorphin , דער הארמאן וואס מאכט דעם מענטש שפירן פרייליך , ווערט ארויסגעלאזט ווען מען איז אקטיוו און עס באפרייט דעם מענטש פון זיין סטרעס און אנגעצויגנקייט , לאזנדיג אים אין א גוט- אויפגעלייגטע שטימונג .
אינאיינוועגס , אז מען איז רואיג , העלפט עס שוין אויך פאר . emotional eating
וועלכע נאך בענעפיטן האט איבונגען ?
קודם כל , פארשטייט זיך אז עס העלפט פטור צו ווערן פון אומבאוויליגטע פונטן און אינטשעס און איז וויכטיג פאר די קערפערליכע פונקציאנירונג און געזונט . בערך פופציג פראצענט פון מיינע קליענטן קומען פאר די סיבה .
איבונגען איז אויך א . mind and body workout עס העלפט סיי פאר די קערפער און סיי ( אדער נאכמער ) פאר די מח . עס מאכט דעם מענטש רואיג און פאקוסירט און עס גיבט קוואנטומען פון פרישע ענערגיע . עס ערמעגליכט דעם מח צו באקומען פיל מער אקסידשען , און מיט א קלארע קאפ איז מען מער צופרידן און דורכגעטראכט און מען קען פיל מער אויפטון אינעם טאג . אזוי אויך שטארקט עס די . metabolism
עס פארשטארקערט די מוסקלען און ביינער און עס ווערט פיל גרינגער זיך ארומצורירן און צו שטיין גראד . ס ' איז גוט פאר די הארץ און פאר די בלוט צירקולאציע ; עס העלפט פאר די פארדייונגס סיסטעם און פאר די thyroids און עס רייניגט אויס דעם קערפער דורך די
November 20 2024 SHOPPERS ROUTE 137