און וואס טוט מען ווען איינער קאאפערירט נישט ?
קיינער איז נישט געצווינגען צו קומען ; מען קומט פון די אייגענע ווילן און יעדער וויל קאאפערירן .
בשעת מעשה דארף איך מאכן זיכער אז די מוזיק איז גוט און אז דער עולם איז פריש און האלט מיט . ב " ה , איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט אז איינער זאל זיך אפשטעלן אדער ארויסגיין אינמיטן א סעסיע . פארקערט , מען וויל נאר בלייבן לענגער ...
א נאכט פארדעם שיק איך ארום א מעסעדזש מיט א motivational quote און אינפארמאציע איבער די פארשידענע בענעפיטן פון עקסערסייז און עס מאכט יעדעם ארויסקוקן אויף די מארגנדיגע סעסיע .
איך הער אפילו פון געוועזענע קליענטן , וואס באקומען נאך די מעסעדזשעס , אז די motivational quote גיבט זיי אריין א חיות פאר ' ן טאג .
וואס טוט מען ווען איינער כאפט נישט אויף וואס מען דארף טון ?
ס ' איז פשוט נארמאל נישט צו וויסן וואס צו טון די ערשטע פאר מאל , און ס ' איז אין ארדענונג . צוביסלעך כאפט עס יעדער אויף . עס מאכט זיך אויך אמאל אז מענטשן קלויבן אויס א געוויסע סארט קלאס אן וויסן פינקטליך וואס עס איז – ספעציעל yoga און , Pilates וואס קען זיין קאמפליצירט – און ווען זיי קומען אריין די ערשטע מאל ווערן זיי דערשראקן ווי שווער די סטעפס זעען אויס . איך זאג אלעמאל אז מען מוז דורכשטופן די ערשטע צוויי קלאסן , אפילו מען שפירט
ווי א קלאץ , ווייל נאך אביסל וועט מען זיך מיטכאפן און מען וועט אנהויבן הנאה צו האבן . מען דארף נאר האבן אביסל געדולד און נישט אויפגעבן .
אויך האבן מענטשן מורא אז זיי וועלן זיך צוקלאפן . זיי ציטערן צו מאכן א head stand ווייל זיי וועלן זיך וויי טון די קאפ אדער צוברעכן די נאז . ס ' איז מיין עבודה זיי צו איבערצייגן אז זיי קענען יא , אז עס וועט גארנישט געשען , אז ס ' איז נישט אזוי שרעקעדיג ... און איינמאל זיי ברעכן עס דורך איז זיי שוין פיל גרינגער צו טון אנדערע באוועגונגען אויך .
אגב , דאס איז שייך פאר אנדערע חלקים אין לעבן אויך . יעדע נייע זאך זעט אויס שווער , און נאר דורכ ' ן זיך שטארקן און נישט אויפגעבן קומט מען ערגעץ אן .
וואספארא סארט קלאסן גיבט איר אלס ?
אלע סארט . , Gymnastics yoga , step aerobics , weights ,
, hiit , yoga gymnastics און . kangoo יעדער קלויבט זיך אויס
אין וועלכע זיי ווילן אנטיילנעמען .
Yoga איז מורא ' דיג פאר די קאנצענטראציע . עס פארבינדט די רעכטע און לינקע זייט פון די מח און שטארקט די לאגיק , און אויך קען מען פיל גרינגער איינזאפן דאס וואס מען לערנט . פאר קינדער וואס האבן לערנען שוועריגקייטן אדער וואס קענען נישט איינזיצן אין שולע איז עס ממש א ישועה !
זונטאג שטעלן מיר צו קלאסן ספעציעל פאר יונגערע קינדער , און לעצטנס האבן מיר געעפנט קלאסן פאר מענער און פאר יונגלעך אויך . איך האב נישט געזוכט צו עפענען יונגלעך קלאסן ; מאמעס האבן מיר פשוט
געבעטן און איך האב געזען אז ס ' איז דא א פארלאנג דערפאר .
וויאזוי האט די instructor אזויפיל כח ?
טאקע דורך די איבונגען ! איך זע עס בחוש ; א טאג וואס איך טו נישט קיין עקסערסייז וועט נישט זיין אזוי פראדוקטיוו ווי די אנדערע טעג . פונקט ווי מענטשן מוזן האבן א קאווע צו באקומען ענערגיע , אזוי מוז איך האבן מיין טעגליכע איבונגען . איך טו אפטמאל מערערע קלאסן א טאג און איך האב נישט קיין פראבלעם דערמיט .
עס מאכט זיך אמאל אז מען איז פשוט נישט אין די גיסטע ?
איך טראכט נישט אריין צופיל אויב איך בין יא אין די גוסטע צי נישט ; מען טוט וואס מען דארף טון . איך ווייס אז ווען איך גיי טון די workout גיי איך שפירן סאך בעסער , און דאס אליין איז שוין רוב מאל גענוג .
גלייב מיר , איך קען יעדן טאג האבן תירוצים פארוואס נישט אריינצוגיין היינט . אבער א מענטש מוז זיין שטארקער ווי זיינע תירוצים !
דערציילט אונז איבער אייער emsculpt מאשין .
עס איז א מאשין וואס פארשטערקערט און ציעט איין די מוסקלען פון די ארט אויף וואס מען צילט . מען לייגט ארויף אן electromagnetic שטיקל אויף די קערפער פאר דרייסיג מינוט און דורכאויס די צייט ציעט עס צוזאם די מוסקלען . עס איז אזוי מאכטפול ווי טון דרייסיג טויזנט
! sit ups
November 20 2024 SHOPPERS ROUTE 135