11 20 24 | Page 134

עס איז ווירקזאם פאר פארשידענע פראבלעמען , ווי רוקן ווייטאג וואס קומט פון שוואכע צענטראלע מוסקלען ; איינמאל מען פארשטערקערט די געצילטע ארט האלט זיך דער קערפער בעסער ארויף און די רוקן פראבלעמען ווערן פארשוואונדן .
עס ווערט די עיקר באנוצט פאר קליענטן וואס ווילן פארלירן עקשנות ' דיגע אינטשעס ; אסאך קליענטן קומען בעפאר א נאנטע חתונה .
אויב איז דאס טאקע אזוי געוואלדיג , פארוואס זאל מען זיך בכלל מוטשען מיט איבונגען ?
ווייל דאס צילט נאר אויף איין ארט אויף אמאל , בשעת איבונגען ארבעט אויף די גאנצע קערפער אויף איין מאל . דער מאשין טוט טאקע וואונדערליך אויף דאס וואס עס דארף אויפטון , אבער עס האט נישט האלב פון די בענעפיטן וואס עקסערסייז האט , ווי מיר האבן שוין פריער דערמאנט . איינס נעמט נישט איבער דעם צווייטן ; איך רעקאמאנדיר צו טון איבונגען צווישן די וועכנטליכע emsculpt סעסיעס .
וואס האלט איר איבער עקסערסייז מאשינען ?
איך האלט בכלל נישט דערפון . איך האלט יא פון
, weights , rubber bands און פון אלע אזעלכע סארט צוגעהער , אבער די עקסערסייז מאשינען זענען נישט א פערטל אזוי ווירקזאם ווי א . workout חוץ פארברענען אפאר קאלעריעס און מאכן די הארץ קלאפן אביסל שנעלער טוען די מאשינען נישט צופיל אויף . און פארוואס זאל מען פארברענגען צייט אין איין לאנגווייליגע צימער ווען מען קען אנשטאט דעם ארומגיין די גאס און שעפן פרישע לופט ?
די מאשינען זענען גוט פאר פיזיקל טעראפי , למשל ווען מען האלט נאך אן אפעראציע און מען דארף באוועגן א געוויסע אבר , אדער פאר עלטערע מענטשן וואס רירן זיך נישט צופיל ארום . אבער געזונטע מענטשן זאלן ביטע טון די ריכטיגע איבונגען און נישט מיינען אז לויפן אויף א טרעדמיל איז גענוג .
קענט איר מיטטיילן אן אינטערעסאנטע
עפיזאד פון א קליענט ?
א מיטל יעריגע פרוי האט געליטן פון , osteoporosis א צושטאנד וואס באדייט אז די ביינער ווערן אפגעשוואכט און ברעכבאר , און דער דאקטאר האט איר פארשריבן מעדיצינען דערפאר . זי האט געזוכט אן אלטערנאטיווע מיטל צו היילן איר פראבלעם אנשטאט די מעדיצין און זי האט אויסגעפונען אז איבונגען קען העלפן .
נאך זעקס חדשים פון זיך באטייליגן אין מיינע קלאסן האט זי זיך צוריקגעקערט צום דאקטאר פאר אן אינטערזוכונג און איז געווען שטארק צופרידן צו הערן אז די עקסערסייז האט געברענגט די געוואונטשענע רעזולטאטן ; אירע ביינער זענען פארשטערקערט געווארן און זי האט ב " ה געקענט אוועקשטיין פון מעדיצין !
זי האט דאן ערקלערט פאר די פרויען פון איר קלאס ווי ריכטיג זיי טוען אז זיי נעמען יעצט אחריות אויף זייער געזונט און זיי ווארטן נישט ביז זיי ווערן עלטער . " ווען איך בין געווען יונג ," האט זי פארענדיגט , " איז ניטאמאל געווען שייך צו אנטיילנעמען אין עקסערסייז קלאסן ! איר האט מזל !"
אן אנדערע פאל האב איך געהאט מיט א מיידל וואס איז געווען עקסטרעם שעמעדיג , אויף אזוי ווייט אז זי איז באטיטלט געווארן “ mute ”. selective די מנהלת פון די שולע האט גע ' עצה ' ט די מאמע צו שיקן איר טאכטער צו אזא סארט קלאס , און ווען די מיידל איז אנגעקומען די ערשטע מאל איז זי געשטאנען אין די זייט און נישט גערעדט א ווארט צו קיינעם .
איך האב איר כסדר קאמפלימענטירט און געמוטיגט , און נאך אפאר וואכן האט זי זיך צוביסלעך געעפנט און זי האט אנגעהויבן זיך באפריינדן מיט די אנדערע מיידלעך . דורכ ' ן טון די עקסערסייז איז זי אויטאמאטיש געווארן רואיגער מיט זיך אליין , און צום סוף איז זי געווארן א געהעריגע חלק פון די גרופע ! דאס איז געווען א מורא ' דיגע דורכברוך און האט געווירקט אויף איר זעלבסטשאץ אויך אין אנדערע צייטן . בכלל איז עס א גוטע וועכנטליכע פארברענג וואו מען באקענט זיך מיט נייע מענטשן און מען מאכט נייע פריינט .
ווילאנג פירט איר שוין ’ n Bounce
134 SHOPPERS ROUTE November 20 2024