11 20 24 | Page 133

? Shape

איבונגען גיבט מער צייט , נישט פארקערט . איינמאל מען פאנגט אן טון עקסערסייז ווערט דער מח אויפגעפרישט , דער קערפער אויפגעלעבט , און מען יאגט אן מער ווי מען האט אמאל גע ' חלום ' ט אז מען קען .

פאר צוועלף יאר . היינט האבן מיר איין גרויסע צענטער וואו אלע קלאסן קומען פאר , אבער ס ' איז נישט אלעמאל געווען אזוי . מיר האבן אנגעהויבן אין א בעיסמענט און פון דארט האבן מיר שוין געמופט עטליכע מאל און געהאט אנדערע לאקאציעס פאר צופרי און נאכמיטאג קלאסן . היינט זענען מיר ב " ה אנגעקומען צו אונזער יעצטיגע ארט וואס איז גרויס און שיין און האט פלאץ פאר אלעס .
וועלכע איבונג וואלט איר רעקאמאנדירט צו טון אינדערהיים ?
איך וואלט געזאגט . planks דאס זענען באוועגונגען וואס העלפן שטארקן די געבוי פון דעם קערפער . ס ' איז דא אלע סארטן ; צו פארשטיין פינקטליך וויאזוי דאס זעט אויס דארפט איר זיך באטייליגן אין א קלאס ...
קיין פראבלעם . וויאזוי קען מען זיך אנשליסן אין ? Bounce n ’ Shape
זיך איינצושרייבן אין איינע פון די פארשידענע קלאסן רופט . 646-627-9024 אדרבה , פרובירט עס אויס און איר וועט אליין זען די רעזולטאטן !
וואס גיבט אייך די מערסטע הנאה פון אייער ארבעט ?
איך האב זייער הנאה זיך צו טרעפן מיט אזעלכע געוואלדיגע קליענטן פון וועם איך לערן זיך גאר אסאך . עס גיבט מיר אויך זייער א גוטע געפיל ווען איך זע ווי קליענטן לערנען זיך צו טון זאכן וואס זיי האבן פריער נישט געקענט – אדער נישט געגלייבט אז זיי קענען . בכלל , ווען קליענטן באווייזן צו טון שווערע באוועגונגען זענען מיר ביידע זייער שטאלץ ...
און יעצט א מעסעדש פאר די ליינער ?
אויב מענטשן וואלטן געוואוסט וועגן די געוואלדיגע השפעה וואס איבונגען האט אויף די געזונט פון א מענטש וואלט איך געהאט גאר א לאנגע
... waiting list איבונגען איז גוט פאר די גוף , פאר די נפש , און פאר די מח , און עס איז גאר א ווערדפולע אינוועסטירונג .
א גרויסן יישר כח פאר אייער פריינטליכקייט און פאר די פילע אינפארמאציע . אסאך הצלחה !
November 20 2024 SHOPPERS ROUTE 133