11 20 24 | Page 125

א שמועס מיט : וויליאמסבורג פיטנעס
ש . גינזבערג
א שמועס מיט : וויליאמסבורג פיטנעס
א גוטן , קענט איר זיך ביטע פארשטעלן פאר די ליינער ?
א גוטן , מיין נאמען איז יואלי , און איך מענעדזש וויליאמסבורג פיטנעס , א דיוויזיע פון די פארקעיר פאסיליטי .
וויאזוי ווייסט מען וועלכע איבונגען צוצוטיילן פאר וועלכע מענטש ?
דאס ווענדט זיך טאקע שטארק אויף די מענטש און די סיבה פארוואס ער קומט צו א פיטנעס צענטער . געווענליך וועלן מיר אים אויספרעגן און דאן אויספלאנירן וועלכע עקסערסייזעס זענען געאייגנט פאר אים .
וויאזוי גייט צו די איבונגען איינמאל א מענטש האט שוין זיין פלאן ?
אויף די מינוט פארמאגן מיר נאכנישט קיין עקסערסייז אינסטרוקטער , אבער רוב מענטשן ווילן בלויז פארלירן וואג און זוכן צו נוצן איינע פון די לויפן מאשינען , אזויווי א בייק אדער א טרעדמיל .
אזויווי איך וואלט געטון … זענט איר אייביג אין אפיס ?
יא , איך בין דאך דער מענעדזשער ...
ווילאנג זענען די סעסיעס געווענליך ?
א דורכשניטליכע workout נעמט צווישן א האלבע שעה צו א שעה . פונדעסטוועגנס האבן מיר מעמבערס וואס וועלן אריינ ' סטאפ ' ן פאר א שנעלע צען מינוט ' יגע
טרעדמיל געלויף , און אנדערע וואס וועלן דא שפענדן צוויי-דריי שעה זיך אויסצואיבן !
צען מינוט ? וואו איז אייער אפיס אז עס זאל זיך לוינען פאר מענטשן צו קומען פאר אזא קליינע וויילע ?
אויף פארק צווישן קענט און פרענקלין .
און יעצט א געוואגטע שאלה … מענטשן שעמען זיך נישט צו קומען ?
איך בין זיכער אז זענען פארהאן עטליכע וואס יא , אבער איבער די סעזאנען האבן מיר ב " ה ערצייגט גאנץ א גרויסע , היימישע עולם וואס קומען צו אונז . עס איז באמת גארנישט דא פון וואס זיך צו שעמען , איר קענט קומען אנגעטון וויאזוי איר פילט באקוועם . און שעמט זיך נישט צו פרעגן די שטאב סיי וועלכע שאלה איר האט אנבאלאנגט עקסערסייז ! אדרבה , מיר וואלטן זייער ליב געהאט אייך ארויסצוהעלפן מיט שאלות וואס איר האט .
קענט איר אויסרעכענען די מאשין וואס ווערט די מערסטע באנוצט ?
אהההה … דאס איז א גוטע שאלה ! איך מוז זאגן אז עס איז די טרעדמיל פארשטייט זיך …
וואס איז א מאשין וואס איר דארפט אפט איבערקויפן ?
ב " ה , אונזערע מאשינען זענען זייער שטארק און פון הויכע קוואליטיט און מיר האבן נישט געדארפט איבערטוישן קיין איין מאשין !
November 20 2024 SHOPPERS ROUTE 125