וואס איז די דורכשניטליכע קאסטן פון די מאשינען ?
קאמערציענאל דזשים עקוויפמענט איז זייער טייער , די פרייזן שטייען ביי $ 3,000 ביז 7,000 $ פער מאשין ! מיר פאקוסן
עס זאל אויך זיין גרינג צו נוצן .
! Wow מאשינען זענען באמת גאר א טייערע אינוועסטמענט !
טאקע , און דערפאר שעצן מיר זייער די באזוכער וואס באגייען זיך מיט מאשינען מיט פארזיכטיגקייט
גערעכט , וויאזוי בלייבט א מענטש היידרעטעט דורכאויס די סעסיעס ?
אונז שטעלן צו א וואסער פאונטען פאר אלע מעמבערס צו טרינקען . ( אלץ מענעדזשער וויל איך נוצן די פלאטפארמע צו בעטן אז אלע וואס ליינען די שורות זאלן געדענקען צו לייגן די גענוצטע גלעזלעך אין מיסטקאסטן …(
אויב איך וויל קויפן בלויז איין מאשין פאר מיין הויז , וועלכע זאל עס זיין ? און פארוואס ?
איך וואלט גע ' עצה ' ט פאר די ליינער צו קויפן א טרעדמיל . פארוואס ? ווייל ליידער איז אונזער קאמיוניטי נישט זייער אקטיוו פיזיש , און א טרעדמיל וועט אייך העלפן אויף גאר א שטארקע פארנעם ! ס ' איז גוט פאר אייער הארץ אזוי אויך פאר אייער אלגעמיינע פיזישע וואוילזיין און
צו פארלירן וואג .
עס קען אויך גענוצט ווערן דערווייל וואס מען איז אויפ ' ן טעלעפאן פאר ביזנעס אדער בשעת מען הערט א שיעור . עס זענען דא מאדעלן וואס מען קען צוזאמלייגן און סטארעדזשן ביי א ווינקל ווען מען נוצט עס נישט !
הממם … עס איז טאקע וויכטיג מען זאל עס קענען אוועקלייגן ווען נישט וועט עס גאר שנעל ווערן פארוואנדלט צו נאך א פלאץ צו לייגן זאכן …
יא יא .
רעדנ ' דיג פון טרעדמיל , איז טאקע וויכטיג אז ווען מען לויפט אויף דעם זאל דער רוקן בלייבן גראד און מען זאל זיך נישט בייגן אויף פאראויס ?
איך בין טאקע נישט קיין אינסטרוקטער , אבער פון ערפארונג פארשטיי איך אז עס איז טאקע א וויכטיגע זאך .
זענען דא צייטן וואס איר אליין קענט נוצן די מאשינען ?
ווי אינטערעסאנט עס הערט זיך , האב איך אנגעהויבן צו ארבעטן וויבאלד איך האב זיך באנוצט מיט די מאשינען … די ענטפער צו די שאלה איז יא , איך טו דא איבונגען צווישן פיר און זעקס מאל א וואך !
ווען האט איר געעפנט אייער צענטער ?
איך האב אנגעהויבן בלויז עטליכע חדשים צוריק , אבער איך גלייב אז די ערשטע צוגרייטונגען עס אוועקצושטעלן איז געווען בערך אין די צייט פון קאוויד .
נעמענדיג אין אכט אז די מענטשהייט ווערט מער געוואויר איבער די וויכטיגקייט פון איבונגען , זעט איר מער מענטשן וואס באזוכן אייער צענטער ?
אה , זיכער ! און עס דערווארעמט מיין הארץ דאס צו מיטהאלטן . מער און מער מענטש קומען אריין און עס האלט און איין וואקסן . פאקטיש העלפט דאס צו זיין מער ענערגיש , פרייליך און ווייניגער סטרעספול . די דזשים איז אזוי בענעפישעל פאר א מענטש ' ס מענטאל און פיזישע געזונט !
וויפיל פראצענט פון אייער באזוכער קומען יעדע וואך מיט אן ערליכקייט ?
איך וואלט געזאגט בערך 50 % באווייזן זיך כסדר .
וואס איז אייער וויכטיגסטע זאך ווען עס קומט צו אייער באזוכער ?
אונז פאקוסן צו מאכן יעדן פילן באקוועם , און פארשטייען אז אסאך פון די נייע מעמבערס זענען
124 SHOPPERS ROUTE November 20 2024