נישט זיכער וואס צו טון און מיר פרובירן זיי צו העלפן די מערסטע וואס איז מעגליך .
וויאזוי האט איר דערגרייכט צו אייער פאזיציע ?
אזויווי פריער ערווענט , האב איך אנגעהויבן צו קומען דא אלץ מעמבער , און קענענ ' דיג די אייגנטומער האב איך עווענטועל איבערגענומען די פאזיציע האבנ ' דיג א שטארקע געפיל פאר דזשים .
וואס זענען די שטערקסטע בענעפיטן פון עקסערסייז ?
די ענטפער קען זיין אנדערש לויט יעדע מענטש , און אויך וועלכע עקסערסייז ער טוט . אבער אין אלגעמיין וואלט איך געזאגט , אז פיזיש וועט עס אייך העלפן מיט אייער מעטעבאליזם און הארץ געזונטהייט , און אזוי אויך בענעפיט עס גאר שטארק פאר אייער ניוריאלאגישע ( מח ) און מענטאל געזונטהייט .
געדענקט , א דזשים איז גאר בענעפישאל פאר אייער וואוילזיין , איך קען גענוג סטרעס ' ן אויף דעם !
קען מען ערווארטן צו פארלירן וואג ?
יא און ניין . עס איז דא א פשוט ' ע סייענס הונטער וואג פארלוסט און עקסערסייז איז א חלק דערפון . אבער בלויז לויפן אויפ ' ן טרעדמיל פאר צען מינוט א טאג און דאן עסן עפעס וואס איז הויך אין קאלעריעס און איז אומגעזונט , און נישט שלאפן גענוג וועט נישט צוברענגען אז עמיצער זאל זעען אן אמת ' ע חילוק אין זייער וואג . איך וואלט יא רעקאמענדירט איינער וואס זוכט צו פארלירן וואג זיך איבערצושמועס ' ן מיט א נוטרישאניסט און / אדער דאקטאר צו בעסער פארשטיין וויאזוי די קערפער פארלירט וואג .
וואס איז די הויפט סיבה פארוואס מענטשן קומען צו אייער דזשים ?
וואג פארלוסט , נישטא קיין שאלות אויף דעם …
וויאזוי באקומט א מענטש צוטריט צו אייער צענטער ?
די בעסטע וועג וואלט געוווען אריינצווואקן אין אונזער אפיס און זיך אויפסיינען פערזענליך . אין די צייט וואס אונז רעדן , ארבעטן פראפעסיענאלן אויף אונזער וועבסייט , וואס וועט אין די נאנטע צוקונפט פארמאגן סיינ-אפ אפציעס .
וועלכע זאך אין אייער ארבעט ברענגט אייך סיפוק ?
אמת ' דיג גערעדט , איז שווער אנצוווייזן וואס גענוי ברענגט סיפוק . די דזשים איז מיין פרייליכע פלאץ . איך האב זייער ליב צו זען מענטשן זיך אויסארבעטן , איך גלייך די געלעגנהייט צו אינפארמירן און העלפן מעמבערס מיט שאלות וואס זיי האבן … איך האב אלעס ליב !
הלוואי וואלט יעדע איינגעשטעלטער גערעדט אזוי אויף זיין ארבעטספלאץ … און יעצט , א מעסעדזש פאר די ליינער ?
האלב פון די שווערע ארבעט פון די דזשים איז פשוט אנצוקומען אהין . איינמאל איר זענט דארט וועט איר כאפן אז עס איז נישט אזוי שווער ! דערפאר קומט אהער און הייבט אן לעבן א געזונטערע לעבן , מיר זענען דא צו העלפן און אקאמענדירן !
יישר כח פאר אייער צייט !
November 20 2024 SHOPPERS ROUTE 123