וואס איז אייער וויכטיגסטע זאך ווען עס קומט צו אייער באזוכער ?
אונזער הויפט ציל און פאקוס איז צוריקצושטעלן פונקציעס און פארבעסערן די קוואלעטי פון לעבן .
וועלכע טרעינינג פאדערט זיך צו אנקומען צו אייער פאזיציע ?
טרעינינג הייבט זיך אן מיט ' ן באקומען צוערשט א bachelors דעגרי אין געזונט , דערנאך קען מען זיך אפלייען פאר דריי יאר אין א סקול צו פארדינען א masters דעגרי אין פיזישע טערעפי . עס איז דא א ריזיגע צאל פון אינפארמאציע , שיעורים , עקזאמס , לאבאראטאריע ארבעט און פעלד ארבעט וואס מען דארף צושטעלן דורכאויס די דריי יארן , נאכגעפאלגט דורך א קאמפליצירטע פינף און האלב שעה ' דיגע עקזעם .
וואס זענען די שטערקסטע בענעפיטן פון איבונגען ?
צו מאכן איבונגען א געהעריגע טייל פון אייער טאג האט אזויפיל בענעפיטן . פאקטיש איז עס אזוי גוט , אויב נישט בעסער , ווי מעדיצינען פאר אסאך מענטשן ! עקסערסייז האט די מעגליכקייט צו ווירקליך טוישן אייער לעבן ! עקסערסייז העלפט האלטן אייער הארץ מוסקעל געזונט און שטארק , און אזוי אויך בויעט עס מוסקעל . עקסערסייז האט נאך פילע זייטיגע בענעפיטן , א שטייגער ווי נידערן סטרעס , פארבעסערן שלאף , פארבעסערן קאנצענטראציע און עס לייגט אייך אריין אין א בעסערע גיסטע .
מורא ' דיג ! קען מען אויך ערווארטן צו פארלירן וואג ?
מענטשן קען ערווארטן צו פילן בעסער מיט א טעגליכע עקסערסייז פלאן . פארלירן וואג איז עפעס וואס פאדערט מער ווי עקסערסייז אליין . פארלירן וואג מוז קומען אינאיינעם מיט ריכטיגע נוטרישאן . פון ערפארונג האב איך געזען אז מענטשן וואס הייבן אן עקסערסייז אקטיוויטעטן הייבן אן צו נעמען זייער געזונטהייט מער ערנסט און מאכן בעסער נוטרישאנעל אויסוואלן .
וואס איז די הויפט סיבה פארוואס מענטשן קומען פאר עקסערסייז ?
עס זענען דא פילע סיבות פארוואס מענטשן קומען צו אונזער פיזיקל טערעפי דעפארטמענט . עטליכע צוליב ווייטאגן פון אטרייטעס , אנדערע האבן געהאט surgeries אדער זענען פארוואונדעט געווארן און ווילן צוריקבויען זייער מוסקעלן .
פארשטייט זיך אז עס קומען אויך יונגע מענטשן בלויז אויפצובויען זייער קערפער .
וויאזוי באקומט א מענטש צוטריט צו אייער צענטער ?
עס זענען דא א פילצאליגע גרופע פון דאקטוירים , ספעציעליסטן און טערעפיסטן וואס געבן קעיר דורך אהבה . פאציענטן קענען אריינשפאצירן צו זען א דאקטער און אויך אריינרופן אונזערע אפיסעס צו באשטעלן אן אפוינטמענט מיט סיי וועלכע טערעפיסט .
עפעס איבער אייער ארבעט וואס ברענגט אייך סיפוק ?
איך טרעף אסאך מענטשן , איך לערנען זיך איבער זיי , זייער פאמיליע און פארגאנגענהייט . עס איז גארנישט דא וויכטיגער אין לעבן ווי האבן גוטע און געזונטע רעלעשאנשיפס מיט מענטשן און עס זאל אנגיין איינע פאר די צווייטע . איך בין אויך דאנקבאר צו קענען ארבעטן מיט די אהבה מעדיקאל קאמפעני . אונז האבן א געלונגענע פירערשאפט מיט א ' פאציענט ערשט ' צוגאנג וואס שטעלט אונז צו אלעס וואס אונז דארפט צו קענען געבן פאר אונזערע פאציענטן די בעסטע איבערלעבעניש און קעיר מיט " אהבה " -ליבשאפט .
און יעצט , א מעסעדזש פאר די ליינער ?
קעיר נעמען פון זיך איז נישט איינס נאך קעיר נעמען פון אייער פאמיליעס , פארדינען געלט אדער לערנען .
כל אחד ואחד חייב לומר בשבילי נברא העולם !
נעמט קעיר איינע פון די צווייטע און שטארקט זיך . כל המקיים נפש אחת מישראל מעלה עליו הכתוב כאילו קיים עולם מלא .
יישר כח פאר אייער צייט ! אזא שמועס איז באמת ווערדפול !
126 SHOPPERS ROUTE November 20 2024