איז , אז אַ פִ ילוּ דער וואס העלפט בלויז צו אין א קריגעריי , מעקט אים השי " ת אויס פון דער וועלט , אזוי ווי דער פָּ סוּ ק זאגט ( בַּ מִּ דְ בָּ ר ט " ז ה '(: " וְ אֵ ֹש יָצְ אָ ה מֵ אֵ ת ה ' און עס איז ארויס א פייער פון השי " ת , וַתּ ֹאכַ ל אֵ ת הַ חֲ מִ שִּׁ ים וּ מָ אתַ יִם אִ ישׁ ", און האט פארברענט די צוויי הונדערט און פופציג מענטשן ( וואס האבן מיטגעהאלטן מיט קֹרַ ח (.
די גְ מָ רָ א ברענגט ( סַ נְ הֶ דְ רִ ין ק " י ) רַ ב האט געזאגט : " דער וואס האלט אן א קריגעריי , איז עוֹבֵ ר אויף דעם לָ או פון ( בַּ מִּ דְ בָּ ר י " ז ה '( " וְ לֹא יִהְ יֶה כּ קֹרַ ח וּ כַ עֲ דָ תוֹ ", מען זאל נישט זיין ווי קֹרַ ח און זיין געמיינדע וואס האבן געפירט מַ חֲ לוֹקֶ ת .
רַ ב אַ סִּ י האט געזאגט : " ד וואס איז פארמישט אין א מחלוקת , ער איז ווערד קרעציג צו ווערן , און אמאל טוישט השי " ת דעם שטראף פון קרעץ צו ארעמקייט .
אויב מען איז א נרדף פארדינט מען זייער אסאך !
דער מִ דְ רָ שׁ זאגט ( ויק " ר כ " ז ה '( אויפן פָּ סוּ ק ( קֹהֶ לֶ ת ג ' ט " ו (: " וְ הָ אֱ לֹקִ ים יְבַ קֵּ שׁ את הַ נִּ רְ דָּ ף "
- השי " ת זוכט צו העלפן דעם גע ' רודפ ' טן רַ ב הוּ נָא האט אויף דעם געזאגט אין נאמען פון רַ ב יוֹסֵ ף : " עס איז שטענדיג אזוי , השי " ת נעמט זיך אן פאר דעם וואס ווערט גע ' רודפ ' ט , סיי ווען אן ערליכער מענטש רודפ ' ט אן ערליכן , און אויך ווען אן ערליכער רודפ ' ט איינעם וואס איז נישט ערליך ."
ר ' יְהוּ דָ ה האט נאכגעזאגט אין נאמען פון ר ' יוֹסִ י בֶּ ן נְ הוֹרָ אִ י : " השי " ת פאדערט שטענדיג פון די וואס רודפ ' ן אנדערע , דאס בלוט פון דעם וואס זיי האבן גע ' רודפ ' ט .
ר ' אֶ לְ עָ זָר האט נאכגעזאגט אין נאמען פון ר ' יוֹסִ י בֶּ ן זִ מְ רָ א : השי " ת האט ליב די גע ' רודפ ' טע . אזוי זעען מיר אויך ביי די קָ רְ בָּ נוֹת , אז השי " ת האט געזאגט : " דער לייב רודפ ' ט דעם אקס , דער לעמפערט רודפ ' ט דעם ציג , דער וואלף רודפ ' ט דאס שעפסל . פון זיי זאלט איר נישט מַ קְ רִ יב זיין פאר מיר פון די וואס רודפ ' ן אנדערע , נאר פון די בְּ הֵ מוֹת וואס ווערן גע ' רודפ ' ט ".
דעריבער דארף דער אויפריכטיגער מענטש גוט אריינטראכטן ווי שטארק ער
דארף זיך היטן נישט אריינגעשלעפט ווערן צו איין זייט פון א מַ חֲ לוֹקָ הּ , וואס דורכדעם קומט מען צו רודפ ' ן דעם אנדען צַ ד , וויסנדיג אז נאכדעם וועט השי " ת פאדערן פון אים דאס בלוט פון די וועמען ער האט גע ' רודפ ' ט , און אנשטאט דערגרייכן כָּ בוֹד און גרויסקייט דורכדעם וואס ער וועט באזיגן די לייט מיט וועמען ער פירט די מַ חֲ לוֹקָ הּ , וועט ער גאר פארשעמט ווערן מיט ' ן שטראף פון קרעץ ח " ו אדער ארעמקייט . אבער דער קלוגער מענטש וואס היט זיך שטארק נישט אנטייל צו נעמען אין קריגערייען , ווערט צום סוף אנגעזעהן אין די אויגן פון אלע מענטשן , אזוי ווי דער פָּ סוּ ק זאגט ( מִ שְׁ לֵ י כ ' ג '(: " כָּ בוֹד לָ אִ ישׁ שֶׁ בֶ ת מֵ רִ יב ", עס איז א כָּ בוֹד פאר א מענטש אז ער קערט זיך אוועק פון יעדע קריגעריי .
חַ זֲ ” ל לערנען פון דעם פָּ סוּ ק – אז מיר זעען אז אַ פִ ילוּ פון א קריגעריי וואס בארירט דעם מענטש אליין , איז אויך א כָּ בוֹד אוועקצושטיין דערפון און נישט פירן קריג - אַ וַודַ אי אז עס איז א נידערטרעכטיגקייט און בּ וּ שָׁ ה ווען איינער מישט זיך אריין אין א מַ חֲ לוֹקָ הּ וואס געהער נישט צו אים . דאס זאגט דער פָּ סוּ ק ( מִ שְׁ לֵ י כ " ו י " ז (: " מַ חְ זִ יק בְּ אָ זְ נַי כֶּ לֶ ב עוֹבֵ ר פונקט ווי דער וואס גייט און שלעפט די אויערן פון א דורכגייענדיגן הונט ( וואס דאס איז א געוואלדיגע נארישקייט אים אנצורייצן , ווייל מיט דעם ברענגט דער מענטש אויף זיך געשעדיגט צו ווערן (, מִ תְ עַ בֵּ ר עַ ל רִ יב לֹא לוֹ ", דאס זעלבע איז אויך מיט דעם וואס מישט זיך אריין אין א קריגעריי וואס געהער נישט צו אים , ער ברענגט אויף זיך אן אומזיסטע שטראף אן קיין שום פערזענליכע אינטערעסע אדער פארדינסטן דערפון .
אַ פִ ילוּ ווען דער בַּ עַ ל מַ חֲ לוֹקֶ ת איז זיין קָ רוֹב , און אַ פִ ילוּ ווען זיי זענען זיינע עלטערן , דארף ער זיך אויך היטן נישט נאכגעשלעפט צו ווערן נאך די מַ חֲ לוֹקָ הּ . אַ פִ ילוּ ווען זיין טאטע הייסט אים אז ער זאל זיך אריינמישן דערין , ווערט גע ' פסק ' נט אין שו " ע ( יו " ד סי ' ר " מ סעי ' ט " ו ) אז ער טאר אים נישט פאלגן , ווייל ביידע - סיי דער פאטער און סיי דער זוהן - זענען מְ חוּ יָב צו פאלגן די תּ וֹרָ ה פון השי " ת וואס זאגט אז מַ חֲ לוֹקֶ ת איז א גרויסע עֲ בֵ ירָ ה .
( פארזעצונג קומענדיגע וואך אי " ה )
164 SHOPPERS ROUTE November 13 , 2024