בעזרת השם יתברך
שמירת הלשון
באשריבן און בארבייט דורך מכון באהלי צבי - 845.774.4314
לכבוד הנהלת " מכון באהלי צבי " שליט " א
ערשטנס אז איך האב גענומען די פעדער אין די הענט , וויל איך אייך באדאנקען פאר די שיינע וועכטנליכע ארטיקלען , איך מיין א עס איז קידוש השם אז עס גייט ארויס אן ארטיקל יארן לאנג , וואך נאך וואך , פיל מיט ריינע טיפע השקפה , און וואונדערליך אז עס איז שיין און געשמאק פאר אלע שיכטן , אינג און אלט , פשוטע אידן און גרויסע לומדים , יעדער טרעפט דארט חיזוק און הדרכה , דער באשעפער זאל העלפן אז איר זאלט ווייטער ממשיך זיין ביז משיח וועט קומען במהרה .
ספעצויעל וויל איך ארויס ברענגען די גרויסע אויפטו פון די טלפון ליין " שומר מצרות נפשו " די דבר ה ' וואס ווערט דערהערט אין די גאנצע וועלט , אשריכם ואשרי אלע מחזיקי תורה , עס לוינט די גאנצע ארבעט אפילו נאר פאר איין איד וואס היט זיך איימאל אפ פון רעדן לשון הרע , תחזקנה ידיכם .
איך האב א שאלה , מיין טאטע א חשוב ' ר איד נאנט צו די עלטערע יארן , וואס כל ימיו איז ער געווען שטארק טעטיג אין אלע פעולות פון די קהלה מיט די מוסדות , אבער לעצטנס זענען אריין געקומען נייע מענטשן אין די הנהלת הקהלה און מען רודפט אים זייער שטארק , ווייל געוויסע פונקצויעס מיט באנק אקאנטס זענען אויף זיין נאמען , און זיי ווילן עס פון אים
ארויס נעמען , מיין טאטע בעט פון זיינע קינדער אז זיי זאלן זיך פאר אים אנעמען , אבער מיר זעהען אז דאס וועט אים נישט
ברענגען קיין כבוד , און בכלל האלטן מיר אז ער וועט זיך נישט גיט געפינען און מיט ארבעטן מיט די נייע מענטשן וואס לאכן פון זיינע מיינונגען , מיר וואלטן געוואלט אז ער זאל זיך אפלאזן פון די גאנצע עסקנות , אבער ער קען דאס נישט טון , ווייל ער האט עס שוין באגלייט אסאך יארן און דאס איז ביי אים זיין חיות , ביטע ענטפערן וואס מיר זאלן טון .
ענטפער : מיר קענען נישט ענטפערן אויף הלכה ' דיגע שאלות ווער עס איז באמת בעל הבית אויף די פונקצויעס פון די קהלה , דאס דארף מען זיך ווענדן צו א דיין וואס פירט דין תורה ' ס .
מיר קענען אויך נישט זאגן קיין מיינונג צי אייער טאטע זאל אויפגעבן זיין עסקנות , ווייל מעגליך אז מען וועט נישט טרעפן אזא איש נאמן אזוי ווי ער איז געווען , אבער מיר וועלן זיך באציען צו איין נקודה , אויב מען מעג העלפן א מחלוקת ווייל מען וויל זיך אנעמען פאר די כבוד פונעם טאטן .
דער חפץ חיים האט אויף דעם א לאנגן שמועס אין ספר שמירת הלשון פֵּ רֶ ק טז- יז פֵּ רֶ ק י " ז ער שרייבט אז מען זאל שטארק אכטונג געבן אז מען זאל נישט זיין צווישן די וואס העלפן צו אין א מַ חֲ לוֹקֶ ת , כדי ער זאל נישט געשטראפט ווערן צוזאמען מיט זיי , ווייל השי " ת שטראפט די וואס שטעלן זיך צוזאמען מיט די בַּ עֲ לֵ י עֲ בֵ ירָ ה , פונקט ווי די בַּ עֲ לֵ י עֲ בֵ ירָ ה אליין און ברענגט עטליכע מאמרי חז " ל .
דער מִ דְ רָ שׁ זאגט ( במ " ר י " ח ד '(: מען קען זעהן ווי הארב דער עִ נְ יָן פון מַ חֲ לוֹקֶ ת
January 4 , 2023 |
נתפרסם להצלחת יואל בן העניא |
November 13 , 2024 SHOPPERS ROUTE 165 |
3 |