כלל ישראל ווערט געבעטן צו דאווענען לרפואת כ " ק גאב " ד פשעווארסק וויליאמסבורג שליט " א , וועלכער געפונט זיך ל " ע אין א שווערע געזונט צושטאנד , און איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים .
וירא
יום תפילה ותענית באשטימט אין חצר הקודש פאפא
בהוראת הקודש האבן אלע פאפא חסידים קובע געווען א תענית פאר א האלבע טאג , די וואך מאנטאג , דאנערשטאג און קומענדיגע וואך מאנטאג , די טעג פון תענית בה " ב , און עוסק געווען בתפילה ותחנונים כראוי וכנכון .
וויבאלד באמת וואלט מען געדארפט פאסטן דריי גאנצע טעג , האט דער רבי קובע געווען אז מען זאל אויסלייזן די אנדערע האלב תענית מיט כופר נפש פון ניין דאללער , און ווער עס איז נישט ביכולת צו פאסטן אפילו א האלבע טאג , און אזוי אויך די בחורים און קינדער , זאלן זיך אויסלייזן מיט אכצן דאללער א טאג .
מאנטאג פארטאגס האט מען זיך צוזאמגענומען אויף אמירת כל ספר תהלים אין ביהמ " ד הגדול , און ביי שחרית האט מען געזאגט די סליחות לתענית שני קמא .
שוין פאר עטליכע וואכן זינט די ימים טובים איז דער רב שטארק אפגעשוואכט אויף א שווערע פארנעם . די וואך מאנטאג האט זיך די מצב שטארק פארערגערט אידן זענען מתפלל לרפואת כ " ק הגה " צ ר ' משה אהרן בן רבקה לרפואה שלימה , בתוך שאר חולי ישראל .
נייע רעגולאציעס איבער מיסט קאנעס אין ניו יארק סיטי אריין אין קראפט
די וואך דינסטאג איז אריין אין קראפט א נייע געזעץ אין ניו יארק סיטי , וואס פארפליכטעט איינוואוינער אין די שטאט צו ארויסשטעלן די גארבעדזש אין ספעציעלע קאנעס , אויב וואוינט מען אין א סינגל פעמילי הויז אדער אין א אפארטמענט געביידע פון ביז ניין יוניטס .
די נייע סארט קאנעס ווערט פארקויפט דורך די סיטי פארוואלטונג פארן פרייז פון פופציג דאללער , עס איז גרויס 55 גאלאן , און ווערט פארלאנגט פון יעדע אזעלכע איינוואוינער , שטראפן וועט פארטיילט ווערן פאר פארלעצער .
וויליאַ מסבורג ציילט שוין די טעג צום מעמד אדיר " ליל התקשרות " לטובת די מעכטיגע צדקה אימפעריע " כולל חבת ירושלים "
היסטאָ רישער " אסיפת גבאים " מיט ' ן הויכפונקט דברות קודש פון כ " ק אדמו " ר ממעליץ שליט " א
תושבי עירינו וויליאַ מסבורג ציילן שוין די טעג צום מלכות ' דיגן " ליל התקשרות " וואָ ס איז באַ שטימט אויף קומענדיגן מוצש " ק פּ רשת חיי שרה , ווען אלפי ישראל וועלן כאיש אחד בלב אחד זיך צוזאַ מגעקומען , מחזק צו זיין די הייליגע מסורה פון " צדקת רבי מאיר בעל הנס " ביים שטיצן די אור-אַ לטע קופּ ת צדקה פון " כולל חבת ירושלים " וואָ ס איז געווען די שווארץ אפעל פון אויג ביי אבותינו ורבותינו צדיקים שרפי מעלה זי " ע אשר מפיהם אנו חיים עד היום הזה .
השתדלו והרבו תחינה - כ " ק גאב " ד פשעווארסק וומס " ב אנגעוויזן אויף רחמי שמים
ערנסטע וואלד פייערן אין ניו יארק – שווערע רויעך און פייער גערוך פארשפרייט
תושבי עירינו האבן געשפירט א שווערע רויעך גערוך דעם פארגאנגענעם שבת קודש נאך וואס עטליכע וואלד פייערן איז באריכטעט געווארן . דאס איז געקומען אין רעזולטאט פון די שווערע טרוקעניש און רעגן מאנגל וואס הערשט אין די ראיאן .
פרייטאג נאכמיטאג האט אויסגעבראכן א פייער ביי די פראספעקט פארק אין ברוקלין , וואס האט אריבערגעשיקט א שווערע פייער גערוך צו די היימישע געגנטער אין ניו יארק סיטי דורכאויס שבת , א אנדערע פייער וואס האט ברענט אין גרינוואוד
November 13 , 2024 SHOPPERS ROUTE 163