לעיק האט אריבערגעשיקט פאררויכערטע וואלקענעס קיין קרית יואל און אנדערע אפסטעיט געגנטער , באגלייט מיט אש שטויב וואס איז געפאלן אין די אומגעגנט .
די גרויסע וואלדפייער וואס ברענט שוין עטליכע טעג ביי גרינוואוד לעיק , ביים גרעניץ פון ניו יארק און ניו דזשערזי , איז דערווייל נאכנישט פולקאם אין קאנטראל .
ניו יארק סיטי באאמטע און אזוי אויך די רעגירונגס באאמטע אין אפסטעיט ניו יארק , האבן ארויסגעשטעלט א ווארענונג צו זיין געווארנט איבער די שווערע לופט קוואליטעט , זיך נישט דרייען צופיל אינדרויסן , איבערהויפט עלטערע מענטשן און אזעלכע מיט געזונטהייט פראבלעמען .
אין אנדערע נייעס איז באריכטעט געווארן אז איין ניו יארקער פארעסט רעינדזשער איז געשטארבן אינמיטן באהאנדלען די וואלד פייער אין גרינוואוד לעיק . דער ארבייטער האט געארבעט צוזאמען מיט נאך צענדליגע פייערלעשער און פארעסט רעינדזשערס , ווען מיטאמאל איז א בוים געפאלן אויף אים . א קורצע צייט שפעטער איז ער באשטעטיגט געווארן צום טויט זייענדיג שוין אין שפיטאל .
קיין מאנהעטן , ווערט אצינד באריכטעט אז די טאלל וועט ווארשיינליך אריינגיין אין קראפט אין די נאנטע צוקונפט , אלס א דירעקטע רעזולטאט פון דאנאלד טראמפ ' ס פרעזידענטליכע געווינס .
די באאמטע זאגן אז מיט פרעזידענט טראמפ אין אפיס איז ערווארטעט א קלענערע פעדעראלע שטיצע פאר די לאקאלע רעגירונג אין ניו יארק סיטי , וואס צווינגט די באאמטע צו נעמען שריט אריינצוברענגען פרישע געלטער אין די שטאטישע קאסע . אויסער דעם וועט גאווערנער האוקעל וועלן אקטיוויזירן די נייע טאלל נאך בעפאר טראמפ קומט אריין אין אפיס , וואס דאן וועט עס זיין היבש שווערער אדורכצופירן .
פרישע שניט אין אינטערעסט ראטע
SHED THOSE YOM TOV POUNDS WITH A SIMPLE , TWICE-A-DAY WEIGHT LOSS SUPPLEMENT .
AVAILABLE AT YOUR TRUSTED HEALTH FOOD STORE
WWW . LIVESLENDR . COM
THE NATURAL SUPPLEMENT TO LOSE WEIGHT
קאנדזשעסטאן טאלל וועט ווארשיינליך אקטיוויזירט ווערן בקרוב
שטייענדיג עטליכע חדשים נאך וואס די ניו יארק סטעיט גאווערנער האוקעל האט אפגעשטעלט די פלענער צו אקטיוויזירן די נייע קאנדזשעסטאן טאלל אריינצופארן
די פעדעראלע רעזערוו האט היינט געשטימט צו ווידעראמאל נידערן די אינטערעסט ראטע מיט א פערטל פראצענט , בלויז עטליכע וואכן זינט א ענליכע שניט פון א פערטל פראצענט .
אין די זעלבע צייט ווערט באריכטעט אז דער טשערמאן פון די פעדעראלע רעזערוו דזשעראום פאועל וועלכער איז געשטעלט געווארן אויף די פאזיציע דורך פרעזידענט טראמפ אין זיין ערשטן טערמין , און האט ווייטער געדינט אויף די פאזיציע אונטער פרעזידענט ביידען , וועט ווארשיינליך ווייטער פארבלייבן אויף זיין פאזיציע פאר די קומענדיגע פיר יאר אונטער פרעזידענט טראמפ .
***
162 SHOPPERS ROUTE November 13 , 2024