טעצער מיט זיינע פולע כוחות און שטארקן געשטעל און אויך ווי ער רוקט בענקלעך און טישן פון איין זייט דיינינג רום צו די אנדערע ווען ס ' נויטיג און ער מאכט זיכער , אז די האטעל ווירטשאפט גייט אהן מיט א מוסטערהאפטיגן ארדענונג .
די דעטעקטיוון האבן באוויזן צונויף צו זאמלען גענוג בילדער און באווייזן פון ענדיס ווירטשאפט דורכאויס דעם וויקענד און ס ' איז געווען פאר זיי זייער קלאר און קענטליך , אז דער פארשוין איז געזונט און פריש און די גאנצע קלעים איז קלאר פאלש און גרינטלאז .
זיי האבן אויסגעווארט ביז זונטאג מיטאג ווען די מערהייט פון די געסט האבן שוין פארלאזט די האטעל און זיי האבן פארלענגערט זייער אויפהאלטונג אין די האטעל צו קענען מער נאכקוקן ענדי און צונויף זאמלען מער באווייזן איבער אים און אט האבן זייערע שארפע אויגן באמערקט , ווי ער זעצט זיך אריין אין די מעינטינענס טראק פון די האטעל , אנגעטאן מיט ארבייטס קליידונג און ער פארט ארויס פון די האטעל פראפערטי .
גלייך האבן די צוויי דעטעקטיוון זיך גענומען אים נאכיאגן פון א דיסטאנץ מיט זייערע צוויי באזונדערע קארס און זיי האבן געזעהן ווי ער פארט צו די ריכטונג פון אולסטער הייטס . ביז זיי האבן געקענט באמערקן , ווי ער פארט אריין אין א פעלד און זיי האבן זיך אוועק געשטעלט אין א דיסטאנץ פון דארט אויף די זייט פון די ראוד , פון ווי זיי האבן געקענט זעהן מיט ספעציעלע שפאקטיוון , ווי ענדי שלעפט ארבייטס געצייג און דראנטן און ארבייט שווער מיט זיינע פיזישע כוחות אויפצושטעלן דארט א צוים ארום דעם פעלד .
דעטעקטיוו מעקנעהעם , האט געהאט מיט זיך גאר א טייערע קאמערע , וואס האט פארמאגט פראפעסיאנעלע לענסעס און ער האט זיך עטוואס דערנענטערט צום פעלד און זיך אפגעשטעלט גענוג נאענט דערצו צו קענען כאפן עטליכע גוטע בילדער ווי ענדי ארבייט דארט אליינס מיט זיינע פיזישע כוחות און ער בייגט זיך און הייבט זיך אהן קיין פראבלעם .
נאכ ' ן צונויף שטעלן א פולע רעפארט און עטליכע פילמס מיט בילדער , זענען די צוויי דטעקטיוון צוריק געפארן קיין ניו יארק סיטי , ווי זיי האבן אריין געגעבן די פילמס צו דעוועלאופן און בלויז איין טאג שפעטער האבן זיי שוין צוריק באקומען די בילדער מיט די געווינטשענע רעזולטאטן פון זייער אינוועסטיגעישאן .
מעקנעהעם מיט דיבאטעלי האבן אויסגעפולט א גאנצע רעפארט איבער זייער אינוועסטיגעישאן און דאס איבער געגעבן פאר די אינשורענס קאמפאני , וועלכע זענען געווען זייער צופרידן פון די אויסער געווענליכע אינוועסטיגעישאן ארבייט .
בלויז עטליכע טעג שפעטער האט דער אדוואקאט סעמיועל ראבינאוויץ , באקומען א מעלדונג פון די אינושרענס קאמפאני , אז זיי זענען אינטערעסירט זיך צו טרעפן מיט אים און ראבינאוויץ האט זיך שוין איינגערעדט , אז אט קומט א ענדליכע שליכטונג צו די קעיס און די טשעקס וועלן אנהויבן אויסגעשריבן צו ווערן .
אבער ווי ער שטוינט איז ער געווארן ווען די אדוואקאטן פון די אינשורענס קאמפאני האבן אים פרעזענטירט די רעזולטאטן פון די אינוועסטיגעישאן מיט פולע בילדער און זיי האבן אים געגעבן א באלדיגע אנבאט , אז זיי זענען גרייט צו שליכטן די קעיס , דורך בלויז באצאלן די שאדענס וואס ענדי האט געליטן ווען ער איז אראפ געפאלן מיט אלע מעדיקאלע אויסגאבן , ביז דער דאטום , וואס ער איז ארויס קיין אפסטעיט ניו יארק און זיך איינגעגעבן , אז ער וואוינט דארט אלס אינוואליד און באקומט דארט ווייטער טעראפי און איז באגרעניצט פון סיי וועלכע ארבייט .
אויב נישט וועלן זיי אנהייבן מיט א באלדיגע פעדעראלע קלאגע פון אינשורענס פראד און די אינוועסטיגעישאן וועט פארברייטערט ווערן קעגן די טעראפיסטן און קליניקס אין אפסטעיט ניו יארק און אויך ביז צו די נעוועלע גרענד האטעל , וועלכע וועלן מוזן ענטפערן איבער די ריכטיגע ארבייטס פאזיציע פון ענדי און דאס וועט אים מעגליך ברענגען אויך צו אנקומען אין טורמע אויף פעדעראלע קלאגעס .
148 SHOPPERS ROUTE November 13 , 2024