פארזעצונג פון פריער
ענדי געפונט זיך באקוועם אין אפסטעיט ניו יארק , ווי ער האט זיך שוין איינגעקויפט א שטיקל פראפערטי פון א פעלד אין אולסטער הייטס , ניו יארק . נישט ווייט פון די נעוועלע גרענד האטעל . ער האט אן אייגענעם פערד מיט וועלכן ער פארט אהין דאס צו באארבייטן אין זיינע פרייע צייט .
ער ווערט גוט אויסגענוצט דורך די נעוועלע גרענד האטעל , וועלכע נוצן זיין פאפולערקייט צו אדווערטייזן זיין נאמען , אלס טייל פון די האטעל אינטערטעינמענט און מענטשן קומען צו די האטעל צו הערן זיין געשיכטע איבער זיין ערפארענהייט מיט די אידישע פארטיזאנער אין בעלגיע .
ענדי איז זייער צופרידן פון זיין פאזיציע און ער ווארט אויסצופירן דעם פארלאנג פון זיין טאטע , זיך צו איינקויפן אן אייגענעם הויז מיט פראפערטי אין אפסטעיט ניו יארק און פארברייטערן דארט זיין ביזנעס צוקונפט און לעבנס שטייגער . ער ווארט מיט גרויס שפאנונג צו באקומען די געלט פון די אינשורענס קלעם .
די צוויי דעטעקטיוון סטיוון מעקנעהעם און ענטאני דיבאטעלי , האבן באשלאסן ארויס צו פארן צו די נעוועלע גרענד האטעל פאר א וויקענד . נאכדעם וואס מעקנעהעם האט דערזעהן די אדווערטייזמענט פון נעוועלע גרענד האטעל מיט די נאמען פון ענדי ריטשארדאסן .
ס ' איז זיי געלונגען און זיי האבן זיך דארט געטראפן מיט ענדי , וועלכער האט זיי געגעבן גאר א פריינטליכע אויפנאמע און זיי האבן זיך אויך פאטאגראפירט מיט אים .
און איצט ליינט ווייטער
פארשטנדליך , אז ענדי האט נישט געהאט די מינדעסטע אנונג , אז די צוויי געסט , וועם ער האט אזוי שיין אויפגענומען זענען גאר געהיימע אינוועסטיגעיטארס , וועלכע ארבייטן פאר די אינטערעסן פון די אינשורענס קאמפאני און אזוי האט ער זיך אויפגעפירט ווי געווענליך און שיין באהאנדלט די געסט .
די צוויי דעטעקטיוון האבן גוט אויסגענוצט די בענעפיטן פון די נעוועלע גרענד האטעל אבער אין די זעלבע צייט האבן זיי גוט נאכגעקוקט דעם פאציענט ענדי ריטשארדסאן , וועלכער האט אייגענטליך געדארפט זיין א אינוואליד און באגרענעצטער מענטש , וועלער קען נישט נארמאל טאן קיין פיזישע ארבייט .
דער פאקט אז ענדי האט אויפגענומען
געסט און געדינט אלס קאסטימער סערוויס באאמטער , איז נישט געווען גענוג פאר זיי צו קענען האבן באווייזן , אז ער איז א פיזיש פעאיגער מענטש און זיי האבן זייער גוט געוויסט , אז ענדי קען אויפקומען מיט א ענטפער , אז ער דינט בלויז אלס פארשוין צו רעדן מיט קליענטן און ער טוהט דאס צו קענען באקומען אומזינסט זיין אויפהאלטונג אן די האטעל אבער פאקטיש איז ער פיזיש באגרעניצט .
זיי האבן אויך מיט געהאלטן זיינע רעדעס און געשפרעכן מיט די געסט ווען ער האט דערציילט איבער זיין פארטיזאנער פארגאנגענהייט און איבער זיין ערפארענהייט אלס מאטראז אויף די קווין מערי שיף און זיי האבן אים רעקארדירט און געכאפט בילדער פון אים , גלייך ווי אנדערע געסט האבן געטאן . אבער אויך דאס איז נישט געווען גענוג צו קענען אפשטעלן זיין קלעים .
ענדי האט אבער אויך געוואלט ארויס צייגן באזונדערע געטריישאפט צו די האטעל באאמטע און דערפאר האט ער זיך אויך ארום געדרייט אין די דיינינג רום , ביי די צייטן פון די מאלצייטן און זיכער געמאכט , אז געסט זענען צופרידן און באקומען אלסדינג וואס זיי פארלאנגען פון די קעלנערס .
דעמאלט האט ענדי אויך געקענט צולייגן א פלייצע און ארויס העלפן מיט די ווירטשאפט און ער האט געקענט לויפן אין איילעניש צום קיך און העלפן ארויס ברענגען פארציעס אדער געטראנקען פאר די געסט און אזוי האבן די צוויי דעטעקטיוון אויפגעכאפט ווי ענדי העלפט ארויס די שטאב מיט אריין ברענגען קעסטלעך סאודע און טעצער אנגעפולט מיט עסן .
דאס איז שוין געווען א קלארע באווייז , אז ער באוועגט זיך זייער גוט מיט זיינע פיזישע כוחות און די צוויי דעטעקטיוון האבן געכאפט די גאנצע צייט בילדער פון אים ווי אזוי ער איז דארט פארנומען מיט זיין ארבייט און זיי האבן זיכער געמאכט , אז ער באמערקט נישט ווי די ספעציעלע פאטאגראפישע אפאראטן כאפן נאכאנאנדע בילדער פון אים .
אזוי האבן זיי געהאט קלארע בילדער , ווי ענדי שלעפט שאכטלעך און פירט ארום
November 13 , 2024 SHOPPERS ROUTE 149