ראבינאוויץ האט געבעטן פון די אינשורענס קאמפאני אדוואקאטן א וואך צייט צו קענען אריין קוקן אין די אינפארמאציע וואס ער האט איצט באקומען און צוריק קומען צו זיי מיט א פאזיטיווע ענטפער נאכ ' ן איבער גיין מיט זיין קליענט די לעצטע אפדעיטס .
די אינשורענס אדוואקאטן האבן אים געגעבן אן עקסטענטשן פון צען טעג צו ענטפערן אויף זייער קלאגע און דערווייל וועלן זיי זיך אפהאלטן פון אונטער נעמען סיי וועלכע ווייטערע שריט .
סעמיועל ראבינאוויץ איז געווען אויפגעברויזט אויף ענדי , אז ער האט זיך אויפגעפירט אזוי פארנאכלעסיגט און ערלויבט די נעוועלע גרענד האטעל צו נוצן זיין נאמען אויף פובליק אדווערטייזמענטס אין ניו יארק סיטי , וואס יעדער קען זייער קלאר זעהן .
ער האט דארפאר אריין גערופן ענדי פאר א באלדיגע עמוירדזשענסי מיטינג צו זיין אפיס אין ברוקלין ניו יארק און מיט גרויס אויפברויז האט ער אים איבער געגעבן די לעצטע נייעס און אים קלאר געשטעלט , אז ער קען פארגעסן פון די גרויסע חלומות פון ערנסטע געלטער פון די אישורענס קאמפאני און ס ' איז ראטזאם , אז ער זאל כאפן דעם דיל וואס זיי האבן אפערירט , אנשטאט זיך צו זוכן ווייטערע פראבלעמען .
ענדי האט נישט געקענט גלויבן ווען ער האט געהערט פון ראבינאוויטץ , די דעטאלן ווי ער האט געזעהן קלארע בילדער פון אים , ווי ער שלעפט שאכטלעך סאודע און העלפט ארויס מיט די האטעל ווירטשאפט און אויך ווי ער ארבייט פיזיש אויף זיין פעלד און ער האט נישט געהאט קיין ווערטער ווי אזוי צו רעאגירן דערויף .
אין גרויס שאק און סורפרייז איז ער געווען געצווינגן אנצונעמען די דיל וואס די אינשורענס קאמפאני האט אפערירט , נאכדעם וואס ראבינאוויטץ האט אים ערקלערט , אז ער האט מזל , אז זיי זענען וויליג , עטוואס יא צו באצאלן און זיך נישט אריין לאזן אין קרימינאלע קלאגעס און געריכטליכע פראצעדורן קעגן אים .
אויב אבער האט ענדי געמיינט , אז בלויז
דערמיט האט ער פארענדיגט זיין חלום און זיך דערוועקט צו די ווירקליכקייט פון זיין סיטואציע . איז דאס אבער נישט פארענדיגט געווארן בלויז דערמיט און אט אט ער באקומען א קנאקעדיגע ביל פון סעמיועל ראבינאוויץ , וועלכער האט זיך עמטליך גערישט אויף צו באקומען פראצענטן פון די גרויסע געלטער וואס ער וועט איינקאסירן פאר ענדי . אבער איצט אז אלסדינג האט זיך אויסגעלאזט אזוי ביטער , האט ראבינאוויץ פארלאנגט פון ענדי געלט פאר זיין ארבייט לויט די שעות וואס ער האט אריין געלייגט דערין .
ענדי האט נישט געהאט קיין אויסוועג און געמוזט אונטער שרייבן די אפמך מיט סעמיועל ראבינאוויץ און זיך פארפליכטן צו באצאלן זיינע בילס לויט די טערמינען וואס זיי האבן צוגעשטימט דערצו און אזוי האט זיך פארענדיגט זיין זיצונג מיט זיין אדוואקאט און ענדי איז צוריק געפארן קיין אפסטעיט ניו יארק , דערנידערט און פארביטערט .
טראץ דעם וואס ער האט אזוי מיאוס פארלוירן זיין קעיס מיט די אינשורענס קאמפאני און דערצו נאך באקומען א פעטן ביל פון סעמיועל ראבינאוויץ , איז ער אבער צו זיין מזל , ווייטער געבליבן אקעפטירט און פראמאטירט ביי די נעוועלע גרענד האטעל ווי מ ' איז געווען זייער צופרידן פון אים .
ענדי איז אבער געווען אזוי איבער געשראקן און טראומאטיזירט פון די געשיכטע , אז ער האט געציטערט , אז דער אדוואקאט וועט נישט קענען שליכטן די קעיס מיט אינשורענס קאמפאני און ער וועט מעגליך קענען אנקומען נאך אין א פעדעראלע טורמע און דארט וועט זיך ענדיגען זיינע חלומות פון די גאלדענע אמעריקע .
ער האט דערפאר ערנסט גענומען אין באטראכט צו אנטלויפן באצייטנס פון אמעריקע צוריק קיין ענגלאנד און ער האט שוין גאר אנגעהויבן צו מאכן טעלעפאון קאלס צו די אפיסעס פון קאנארד ליין אין ניו יארק און זעהן וואס און ווען זענען זיינע אפציעס צו קענען צוריק פארן קיין ענגלאנד ווי אמשנעלסטנס און פארשטענדליך אויך געוואלט זיכער מאכן , אז ער וועט קענען
November 13 , 2024 SHOPPERS ROUTE 147