11 13 24 | Page 129

••• שבת קודש פרשת שלח תשפ " ג
" ישר כח פארן קומען ! השי " ת זאל אייך געבן כח און איר זאלט ווייטער קענען אנהאלטן אייער עבודת הקודש און אריינלייגן אין די בחורים תורה און יראת שמים ", דרוקט ר ' בנימין די האנט פון זיין נאנטער חבר .
" און אויך פאר אייך זאל השי " ת בענטשן מיט אלעס גוטס ", שאקלט ער יעצט די האנט פון חיים שישא , " די חסד וואס איר טוט מיט אידישע קינדער זאל אייך באגלייטן אויף שטענדיג ",
און די לאנג ליניע פון אידן שלענגלעך זיך פארנט פון ר ' בנימין פערל וועלכע שטייט אין צענטער פון בית המדרש ווען פון זיין פנים רינט איבער די התרגשות און זיינע אויגן בליצן מיט שמחה .
אבער אין די זעלבע צייט פארגעסט ער נישט פון זיין קבלה וואס האט אים געברענגט ביז אהער , און ווי ער קען שארט ער אריין נאך גוטע ווערטער אין אידישע הערצער .
פילע טעצער קעיק פולן אן אלע טישן פונעם בית המדרש . אויך געשמאקע ברוינפן און גוטע וויינען געפינען זיך אויף די טישן . און פאר די ספעציעל זמן איז אויך דא א
רייכע אויסוואל פון הערינג , און ווארעמע קוגל . דער עולם שטראמט אין די מאסן , ווען אלע ידידים און גוטע פריינט קומען זיך מיטפרייען מיט די גרויסע שמחה פון ר ' בנימין פערל וואס איז געהאלפן געווארן מיט זיין ערשטע מיידל , זיין צווייטע קינד , גאנצע זיבעצן יאר נאך זיין חתונה !
פון צווישן די באטייליגטע דערקענט זיך אויך אפאר פרישע פנימ ' ער . זייער אויגן שיינען מיט א פרישע פינק , ווען אויך זיי שפירן זיך ווי הויפט מחותנים אין די שמחה . נאך אלעם האבן זיי שוין איבער א יאר און א האלב גענאסן פון די דערפרישענדע חיזוק און גוטע ווערטער פון ר ' בנימין , און זיי זענען שוין איינמאל די הויפט מחותנים ביי די גרויסע און ברייטע קידוש .
•••
ווידער שטעלט זיך ארויס די כח פון אונזער מויל , ווי ווייט עס האט אן אפקלאנג אויף ביידע זייטן פון די מטבע , און וויפיל מען קען דערגרייכן מיט ' ן נוצן אונזער כח הדיבור ריכטיג . דאס איז דאך וואס פונדערשיידט דער מ " דבר " פונעם חי .
November 13 , 2024 SHOPPERS ROUTE 129