11 13 24 | Page 130

זעה אים יעדן טאג , מאכט זיין פארביסענקייט זיך שפירן ווי מען שטייט פאר א פרעמדער .
אבער נישט ר ' בנימין פערל . די דערהויבענע שבת לעבט נאך אין אים , און ער האט אויך גענומען אויף זיך די קבלה פון זאגן א גוט ווארט פאר א איד וואס האט נישט ווער ס ' זאל אים מחזק זיין .
" עס זאל זיין א זכות אז איך זאל געהאלפן ווערן מיט נאך א קינד ", שעפשעט ער בשעת ער שפאצירט ארויס פונעם געשעפט אנגעלאדנט מיט זיינע זעקלעך , ווען ער לאזט איבער א אנדערע קאסירער . א קאסירער וואס שפירט אז עס גייט אן פאר איינעם אז ער לעבט און עקזעסטירט .
••• " עס איז א פארגעניגן צו פארן
מיט אייך , די רייזע גייט דורך אזוי געשמירט , מען דערקענט אז איר זענט שוין יארן אויפן שאסיי ".
די קליינע קאפל אויפן גרויסן טשופ שאקלט זיך צום טאקט פון די גוטע רייד . מען דארף נישט זיין קיין נאר צו באמערקן ווי דער איד עסט די גוטע ווערטער וואס זענען געוואנדן אין זיין ריכטונג פון נישט קיין צווייטער ווי ר ' בנימין פערל .
ר ' בנימין האט יעצט אויך מקיים געווען זיין קבלה , מיטן גוטן ווארט פארן טעקסי דרייוער , ווען ער איז מתפלל דערביי אז עס זאל שוין טאקע ברענגען נענטער זיין ישועה .
•••
וואס קען מען זאגן פארן היימלאזער מענטש וואס דרייט זיך ביי די ווינקלען פון די הויפט גאס ?
" איר זענט א פיינער מענטש , איר זענט אן אמת ' דיגער מענטש . כאטש וואס אייער לעבן איז נישט גרינג דערקענט מען נאך אויף אייך אייער גוטע מדות ".
ד ע ר היימלאזער איד שלינגט די ווערטער מיט אן אויסגעהונגערטע דורשט . די טיפע קנייטשן ארום זיין מויל גלייכן זיך א טראפ אויס , און כאטש וואס ר ' בנימין גיבט אים אין די זעלבע צייט איבער אפאר שקל אז ער זאל קענען שטילן זיין הונגער , האבן אים די גוטע ווערטער
געזעטיגט פאר פיל לענגער .
•••
און נישט נאר די צעבראכענע אידן אין גאס געפינען זיך אויף ר ' בנימין ' ס ליסטע . אויך דער בחור ' ל וואס דאווענט אין זיין מנין מיט די פארלאשענע אויגן באקומט פון אים א ווארעמע קלאפ אין רוקן .
" אייער איידלקייט באנעמט מיר . אויך אייער הארציגע דאווענען האט מיר אנגעפולט מיט התפעלות ", דרוקט זיך ר ' בנימין אויס מיט אפענע שעצונג דאס וואס יעדער זעט , אבער קיינער זאגט נישט .
דער בחור ' ל בליקט מיט זיינע אויגן אומגלויבליך , ווען זיינע פארלאשענע אויגן באקומען א נייע פינק פון לעבן .
130 SHOPPERS ROUTE November 13 , 2024