11 13 24 | Page 128

Eating Habits

בילדער פון קינדער צייגן אפטמאל דאס קינד אינאיינעם מיט א גלאנציגע רויטע לאלי-פאפ , א ריזיגע קאטן-קענדי , ווייכע טשוקלוד-טשיפ קיכעלעך און לאנגע סאוער סטיקס . מער פראפעסיענעלע בילדער פון קינדער צייגן אבער וויאזוי זיי בייסן אריין אין א זאפטיגע רויטע עפל , קייען א מייער , בייסן אריין אין א סעלערי שטעקן מיט א גרויסע שמייכל אויפ ' ן פנים ...
זארגט נישט , דאס זענען פאלשע בילדער – די קינדער מיט סעלערי שטעקענעס ...
פארשער האבן באשטעטיגט אז א קינד ווערט געבוירן מיט אן איינגעבוירענע געשמאק צו זיסע עסנווארג . נאכמער , בשעת א קינד וואקסט וועט ער נאטירליך ציען צו זייער זיסע און פעטע עסן ווייל די עסנווארג זענען רייך אין קעלאריעס און א קינד דארף אסאך ענערגיע כדי צו קענען וואקסן . און מיר דארפן יעצט ' רי-ווייערן ' דאס קינד ' ס מח אז געזונטע עסן זענען גוט !
ווילט איר וויסן וויאזוי צו ' מאכן ' קינדער עסן האול-וויט ברויט אנשטאט ווייסע ? וויאזוי רעדט מען איבער א קינד אז געפארבטע סיריעל , כאטש ס ' איז די זעלבע קאליר ווי פרוכט , איז עס נישט די זעלבע זאך ? זאל נישט אויסגערעדט זיין , אבער ווערט אייער נאכטמאל טיש אפטמאל א שלאכטפעלד צוליב די בלויזע סיבה אז איר האט אנגעגרייט א געזונטע , נארהאפטיגע נאכטמאל ? וויאזוי קען מען מצליח זיין אין די ' רי-‏ ווייערן ' פראיעקט ?
ח . גראס
פאריגע וואך האבן מיר גערעדט איבער געזונטהייט פאר ערוואקסענע . די וואך וועלן מיר לייגן א דגוש אויף געזונטהייט פאר קינדער . וואס זענען אפאר פראקטישע עצות וויאזוי איינצוגעוואוינען קינדער צו עסן געזונט ?
128 SHOPPERS ROUTE November 13 , 2024